כ"ו אייר, שיחה לנשי ובנות חב"ד
ב"ה, דיי רייד פון כ"ק אדמו"ר שליט"א צו די דעלעגאטנם
פון אגודת נשי ובנות חב"ד, מאנטאג, פרשת במדבר, כ"ו אייר ה תש"כ.
אין דער סדרה וועלכע מען האט אנגהויבן לייענען, ווערט דערציילט, 1) אז דער אויבערסטער האט געזאגט צו משה רבינו, נאכדעם ווי ער האט געציילט די אידן - הקרב את מטה לוי, ער זאל דערנעענטערן פון צוויסען אלע אידן דעס שבט לוי, זיי זאלן טאן די עבודה אין מסכן און דער- נאך אין מקדש. אין דעם איז באשטאנען די פליכט פון סבט לוי, וואס זיי זיינען געווען די פארסטייער פון אלע אידן אויף טאן די עבודה אין משכן ומקדש, און דורך דעם אויך ממשיך צו זיין אלע ברכות פון אויבערשטען צו אידן, וועלכע זיינען געקומען דורך דער עבודה.
אין מדרש בריינגט ער אויף דעם - דעם פסוק צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה. טייטסט דער בעש"ט 2) -
וואס דער ערשטען טאג קבועות ווערט צוויי הונדערט יאהר פון זיין הילולא, וואס דאס איז אויך דער טאג 3) אין וועלכן ס' איז געגעבן געווארן די תורה, וועלכע איז א הוראה צו אלע אידן עד סוף כל הדורות -
אז עס זיינען פראנען צווייערליי מינים צדיקים. פראן א צדיק וועלכער איז געגליכן צו א תמר - טייטלבוים, און פראן א צדיק וועלכער איז געגליכן צו אן ארז -
א צעדערבוים האט אין זיך א סאך מעלות - ישגה. ער איז שטארק, הויך און סיין 4). ער האט אבער ניט קיין פירות. דאגעגען א טייטלבוים האט ניט אין זיך די מעלות, ער האט אבער אין זיך אן אנדער מעלה און א עיקרית'דיקע - כתמר יפרח, ער מאכט בלייען שיינע און זיסע פירות וועלכע גיבן צו כח און געזונט צו דעם וואס עסט זיי 5).
די זעלבע זאך בא צדיקים, וואס אלע אידן זיינען ז צדיקים כמ"ס ועמך כולם צדיקים, זיינען פראנען צוויי וועגן ווי צו דינען דעם אויבערשטען. ,
פראן א צדיק - ערקלערט דער בעש"ט - וואס איז. געגליכן צו א צעדערבוים. אבער ער האט ניט קיין פירות. ער לערנט תורה, ער איז מקיים מצות, אבער אלץ פאר זיך אליין. ער איז ניט מספיע אויף אנדערע. איז - א צדיק איז ער און דער באקומט שכר פון דעם אויבערשטען, כארז ישגה - שטארק הויך און שיין - אבער ניט דאס איז דער תכלית וואס דער אויבערסטער וויל..
דער תכלית וואס דער אויבערשטער וויל איז - מען זאל זיין כתמר יפרח - בריינגען גוסע און זיסע פירות. ד.ה. דער אויבערשטער פארלאנגט, מען זאל אוועק געבען פון די אייגענע צייט, כח און ענערגיע, וועלכע מען קען אפסר זיי אויסנוצן פאר זיך, און מען זאל זיי אויסנוצן אויף ווירקן אויף א צווייטן אידן, אז דער צווייטער איד זאל ווערן אזא - אויף וועלכן דער אויבערשטער זאגט אז ער איז א גוטע און
א זיסע פרי. און בששח ער וירקט דאס איין אויפן צוויים, 4ןט דאן הייסט ער תמר, אויף וועלכן עס שטייט די מעלה - כתמר יפרת.
די אויבענדערמאנטע אויסטייטשונג פון דעס פסוק, האט דער בעס"ט איבערגעגעבן צו זיינע תלמידים און תלמידי תלמידיו, בתוכם צוס אלטין רבי'ן און ווייטער ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז כאטש מען קען דינען דעם אויבערשטען אויך מיטן ערסטן וועג, און אויך יעמולט הייסט מען א צדיק, און מען האט מעלות פון הויכקייט, שטארקייט און סיינקייט, איז אבער ניט דאס איז דער תכלית און עיקר וועג וועלכע דער אויבערשטער פארלאנגט. דאס וואס דער אויבערשטער פארלאנגט איז, מען זאל ניט זשאלעווען קיין צייט און קיין סחות, און אפגעבן פון זיי און ביז צו די טיפסטע כחות פון דער נסמה, אויף צו ווירקן אויפן צווייטן, אויף דער גאנצער אומגעבונג. אין דעס וועג איז דער בעש"ס אליין געגאנגען, און ער האט דאס אויך איבערגעגעבן צו די נשיאי חסידות הכללית, צו די נסיאי תב"ד און צו אלע חסידים, אז יעדער איינער פון זיי זאל גיין אויף דעם וועג, וואס דאס איז דער ליכט- יקער וועג, דער וועג וואס קערט איבער פינסטערניס צו ליכט.
דאס אויבענדערמאנט איז אויך דער וועג און פליכט פון שבט לוי 6), ניט נאר פאר זיך אליין נאר אויך אלס פארסטייער און וועג-ווייזער פון אלע אידן.
און כאטס ס'איז פראן אפשר "קבטים" אידן וועלכע
דארפן מיר אבער פירן זיך אין דער וועג וואס דער בעש"ט האט א אונז געוויזען, צו טאן מיט זיך און מיט יענעם, מאכן זיך און יענעם כתמר יפרח פון גוטע זיסע פירות. און דאס דארף. מען טאן מיט נשמה און חיות, ארויסרופן בא זיך די טיפסטע כחות, אויף צו ווירקען אויפן גאנצען ארום, טאן זיין חלק אויף צו מאכן די וועלט 7) זי זאל זיין אלץ ריינער, העכער, ליכטיקער און הייליקער.
אלס פארסטייערינס פון דער קאנוענסאן, וואס די קאנווענסאן דארף דאך זיין די פארסטייערן פון אלע אידיסע טעכטער, זאל דער אויבערסטער מזכה זיין און מצליח זיין יעדע איינע פון אייך און יעדע אידיסע טאכטער, איהר זאלט דורכפירן אייער אויפגאבע.
און זאל געבן זיין ברכה איהר זאלט אויפשטעלען הייזער 8) מיט גוטע און זיסע פירות, און האבן אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידיסער און חסידיסער נתת, פון זיך, פון קינדער און קינדס קינדער סי'.
און עס זאלן מקויים ווערן אלע ברכות פון אלע רביים אנהויבענדיק פון דעם בעש"ט און פון דעם אלטן רבי'ן - ביז צו דער הויפט ברכה אז גאר אינגיכען זאל משיח צדקנו ארויסנעמען אונז, בתוך כלל יסראל, פון גלות און פירן אונז אין אונזער הייליקע לאנד בסמחה ובטוב לבב, מיט פריידען אאון סמחה.
און אויף דערוויילע ביז דאן - זאלט איהר פארטזעצען בהצלחה אייער אלץ וואקסנדע ארבעט.
דער אויבערסטער זאל אייך געבן א סאך הצלחה אין דעם אלעס אויבען געזאגטען, און איהר זאלט אנזאגען גוטע בשורות איצט און אלעמאל,
א פרייליכן יום טוב. .
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 26 Iyar 5720 (23 May 1960)
- Id
- rh-9ct1hw15
Copies
Recent activity
Sources
- drive