עברית
Library

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. עפי"ז קען מען אויך מבאר זיין העם טעם החילוק פון חסידים ואנשי מעשה ביז שאל כל העם והנשים והטף,

וועט מען עם פארשטיין בהקדים מ"ש המגיד ממעזריטש אז דאס וואס עס שטייט אל יאמר אדם אי אפשי ואבי שבשמים גזר עלי' אז דאס רעדט זיך נאר וועגען א צדיק, וואס ער האט מיט רע ניט וואס צוטאן, משא"כ א בעל תשובה וויבאלד אז סורו רע, דארף האבן א זהירות מיוחדה, און דארף זאגן אי אפשי, כדי שלא יחזור ח"ו לסורו.

ועד"ז יו'ט מען אויך פארשטיין אז בשעת מען איז ניט צוגעקומען צו תשובה מאהבה מער ניט ווי צו תשובה מיראה, שזדונות נעשים כשגגהן און עס בלייבט נאך א רושם כנ"ל, דארף מען זיך היטן פוץ שמחה בריבוי.

שמחה דארף טאקע זיין, און ניט סתם שמחה אזוי ווי יעדער יו"ט נאר שמחה יתירה שבחג הסוכות, ווארום עד הנה היתה נפשו במקום הקליפות וסט"א און איצטער איז ער בצוותא חדא מיט ממה"ם הקב"ה, איז דאך דאס א שמחה גדולה שאין למעלה ממנה, אבער בשעת עס רעדט זיך וועגען דעם בלי גבול פון שמחה,, דעם "להרבות בשמחה", דאס איז בתשובה מאהבה דוקא און ניט בתשובה מיראה. און דערפאר איז בשעת דער רמב"ם רעדט וועגען דער מצוה להרבות גיט ער אין דעם הגבלות.

אמת טאקע אז אלע אידן האבן תשובה געטאן ביו"כ, דערפאר מאכן דאך אלע אידן שהחינו, און מען זאגט מתירים

להתפלל עם העברינים, ובפרט אחרי תפלת נעילה ווען מען זאגט שמע ישראל וואס דאס איז מס"נ בכח כדאיתא בסידורים, ביז מען זאגט הוי' הוא האלקים ז' פעמים וואס דאס איז בוקע די אז' רקיעים, און נאך דעם זאגט מען לשנה הבאה בירושלים, ווארום מצד עשיית התשובה איז מען שוין גרייט צו דער גאולה כמ"ש הרמב"ם ישראל שעושים תשובה מיד נגאלים, פונדעסטוועגען קען דאך אבער זיין אז דאס איז נאך ניט אמיתית ענין התשובה מאהבה, און עס בלייבט נאך איבער עפעס א רושם, דערפאר איז בשעת עס רעדט זיך וועגן דעם בלי גבול פון שמחה, זאגט מען לא כל הרוצה כו'.

און כאטש מען האט דאך גערעדט פריער אז דער מצוה להרבות איז מעצם המצוה, היינט ווי איז שייך צו מחלק זיין אין דעם און מאכן חילוקים והגבלות? איז אויף דעם לייגט ער צו ושאר כל העם היו באים "לראות ולשמוע", וואס דורך דעם איז אויך זיי האבן זיך משתתף געווען אין דער מצוה להרבות.

דער ריבוי השמחה בבל"ג הבא מצד התשובה מאהבה, איז ניט בא אלעמען קומט עס אין דעם זעלבן אופן, פראן אזוינע, חסידים ואנשי מעשה וכו' וואס מצד עצמם האבן זיי געהאלטן דערביי, ולכן היו מרקדים וכו', פראן אזוינע וואס מצד עצמם האבן זיי ניט געהאלטן דערביי, דערפאר זיינען זיי געקומען אין ביהמ"ק צוקוקן זין צו די חסידים ואנשי מעשה, און דורך דעם צוקוקן זיך איז דאך עינא ולבא תרין סרסורי כו', וואס דאס שטייט דאך אויף א ענין הפכי, ומרובה מדה טובה כו', אז במדה טובה איז א ודאי אזוי, אז דורך זייער צוקוקן זיך זיינען זיי סוכ"ס צוגעקומען צו די שמחה בל"ג וועלכע איז פארבונדן מיט תשובה מאהבה.

אמנם

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
Id
rh-g24401ej

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1E0j1BV9SFYRaLV_1jOWQkU…