עברית
Library

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. וועגען דעם ענין פון שמחה יתירה שבחג הסוכות אויף אלע יו"ט, בריינגט ער אין ילקוט, וויילע בכל יו"ט שטייט ושמחת בחגך איין מאל, און בסוכות שטייט ושמחת דריי מאל. און ער איז מבאר דעם טעם אויף דעם, וויילע בחג המצות איז מער ניט ווי התחלת הקצירה, און מען ווייס נאך ניט וויפל מען וועט אריינבריינגען לגרנו וליקבו, דערפאר איז דאס נאך קיין שמחה ניט, אפילו בחג השבועות וואס ס איז שוין די קצירה, קציר חטים וקציר שעורים, וואס מצד דעם איז שוין דא שמחה, ס'איז אבער נאך ניט נשלם געווארן די אסיפת הפירות לגרנו וליקבו, איז דאס נאך ניט קיין שמחה שלימה. נאר בשעת עס קומט דער חג האסיף, ווען ער איז מאסף את פירותיו, יעמולט דערזעט ער דעם אויבערשטענס ברכה וואס ער האט אים

געגעבן פרי טוב בעמלו, יעמולט איז די שמחה א שמחה שלימה.

אלע ענינים הגשמיים זיינען א אפשפיגלונג פון ענינים ברוחניות. דערפאר שטייט אם בחוקותי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם גו', ומבואר בראשונים בענין שכל המצות אז דאס איז ניט נאר קיין ענין של סגולה נאר דאס איז א ענין מבעי, אויב נאר דער עולם איז כתיקונו איז מוכרח עפ"י טבע אז. בשעת בחוקותי תלכו מוז זיין דער ונתתי גשמיכם גו' ביז ווי ער זאגט אין ספרי חטים ככליות און אויך אילני סרק עושין פירות, ווארום בשעת ס איז דא די שלימות ברוחניות מוז עפ"י טבע זיין די שלימות אויך בגשמיות, ווארום דער גאנצער מציאות הגשמי קומט און איז א אפשפיגלונג פון דעם מציאות הרוחני.

פון דעם איז מובן, אז וואס ער רעדט אין ילקוט וועגען חג המצות, חג הקציר וחג האסיף בגשמיות, איז די זעלבע. זאך אויך אין רוחניות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
Id
rh-89xpsq6b

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1E0j1BV9SFYRaLV_1jOWQkU…