ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה טז
שיחה ב'
(חסר קצת) אז "אראנו" איז דאם מרחוק און "אשורנו" מקרוב, און אזוי איז דאך אויך ווייטער אין דער סדרה (כד, יז) ווערט דאך געבראכט אויך "אראנו ולא עתה אשורנו ולא קרוב דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל". וואס אט דא איז אויך בריינגט מען די ביידע לשונות פון "אראנו" מיט "אשורנו". כנראה שהקהל חשב שזהו מאמר כעין שיחה ונעמדו, והפסיק כ"ק אדמו"ר שליט"א ואמר: איר קענט זיצן, דאם איז ניט קיין מאמר. אח"כ שאל: ניטא קיין ביינקלעך?!. וואס לויטן סדר הפסוק, וואס פריער זאגט ער "אראנו" און דערנאך "אשורנו", און דערנאך זאגט ער "כוכב" און "שבט", און ווי דער תרגום פארטייטשט דאם, אז "כוכב" זאגט ער אז דאס גייט אויף א מלך; "וקם שבט מישראל" גייט דאם אויף משיח, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז אזוי אויך אין "אראנו" און "אשורנו" - איז "אשורנו" מערער ווידער "אראנו", ווארום פון "אראנו" קומט ארוים לפי סדר הכתובים דער "דרך כוכב מיעקב", און פון "אשורנו ולא קרוב" קומט דערנאך ארויס דער "וקם שבט מישראל", וואס דאס איז משיח.
וואס אזוי איז דאך אויך פארשטאנדיק דערפון וואס בא "דרך כוכב" ברענגט ער דעם לשון "יעקב", בא "קם שבט" ברענגט ער דעם לשון "ישראל",
וואס "ישראל" לגבי "יעקב" באווייזט דאך אז אידן שטייען דעמולט אין א העכערע דרגא,
וואס דאס איז דאך אויך די זאך פון משיח'ן, אז אפילו אז מ'קומט דאס דורך דער עבודה פון יעקב'ן - אבער משיח'ס ענין איז, אויף אוועק- שטעלן אלע אידן אין דעם אופן וואס זיי זאלן אנגערופן ווערן בשם "ישראל", וואס דאס איז דאך "שרית עם אלקים ואנשים", אז אידן פירן- אויס אין וועלט אלץ וואס זיי ווילן, אויב זיי ווילן נאר ווי עס שטייט אין תורה און לויט ווי די קיום פון די מצוות.
וואס דערפאר איז דאך אויך בנוגע צום בעש"ט, איז דאך דא כמה שמות פון ישראל, און אנגערופן האט מען אים דאך אנגערופן מיטן נאמען פון "וקם שבט מישראל" -
ווארום דעם בעש"ט'ס ענין איז דאך געווען, וואס דאס איז דאך געווען די התחלת גילוי אור המשיח, וואס דאס איז דאך דער ענין פון "יפוצו מעינותיך חוצה" איז דאס ברענגט אראפ משיח'ן למטה מעשרה טפחים,
איז דערפאר איז ביים בעש"ט איז דער ווארט און דער נאמען פון "ישראל", וואס דעמולט איז דער "וקם שבט מישראל", לויט ווי ער זאגט אין תרגום אז דאס גייט אויף "משיחא". .
אבער פאר דערויף זאגט מען אז עס דארף זיין דער ענין - פון וואס נעמט זיך דאס? פון "אשורנו", וואס ווי גערעדט אין מאמר (ד"ה כי מראש צורים די"ב תמוז), איז "אשורנו" איז דאך דאס די עבודה וואס זי איז מתוך מדידה והגבלה, דאס הייסט עבודה אין כחות פנימיים - דער קיום כפשוטו פון תורה ומצוות,
ווארום דוקא אין זיי, און דורך זיי, איז מען ממלא דעם רצון העליון, אז אפילו אט די וואס שטייען אין א דרגא פון "ישראל", איז מיט וואס נעמען זיי - דורך דעם "יעקב" וואס איז דא אין זיי - דורך דעם "אשורנו" וואס איז דא אין זיי.
וואס דערפאר איז פון "אראנו", וואס דאס איז בכללות די עבודה פון חכמה, וואס זי ווערט אנגערופן בשם ראי' - איז קומט דערפון ארויס דער "דרך כוכב", וואס דאס איז אויך שוין די התחלה פון גילוי פון א מלךן דאס איז אבער מלכות סתם, נאך ניט דער ענין פון מלכא משיחא, במילא קען זיין א מלך ווי דער מלך זאל מלחמה-האבן:
די ראי' אויף משיח'ן איז דאך, ווי ער פסק'נט אפ אין רמב"ם - דעמולט איז א ראי' אז דאס איז ניט נאר סתם א "מלך כשר", נאר דאס איז טאקע דער מלך משיה אליין,
איז דאס קומט דורך "אשורנו", דורך דער עבודה פון כחות פנימיים, וואס דאס קומט אראפ אין לבושים, אין עבודה מסודרת, וואס דאס איז בכללות הענין פון לימוד התורה וקיום המצוות באופן מסודר,
דעמולט קומט מען פון מלכות סתם, וואס ער איז לוחם מלחמתו - אז מ'באקומט די הוכחה אז דאס איז מלכא משיחא, ווארוס ער האט מנצח גע- ווען, און ס'איז געווארן דער "שבט מישראל", אז ס'איז געווארן "שרית עם אלקים ואנשים", אז ער פירט די גאנצע וועלט און שטעלט איר אוועק אין אן אופן וואס "כמים לים מכסים". ניגנו ניגון התוועדור.
ג. צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה "ברוך שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה". ניגנו ניגון ה"ג' תנועות" (דהבעש"ט, הה"מ ואדמו"ר הזקן). כ"ק אדמו"ר שליט"א התחיל לנגן ניגון "לכתחילה אריבער". כ"ק אדמו"ר שאל האם ילדי המחנה יודעים לשיר את ה"אני מאמין". ניגנו "אני מאמין". כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לברר אם ישנם עשרה מבין המסובים שנטלו ידים לסעודה. אחרי שביררו שישנם עשרה - ברך ברכת המזון. אחרי ברכת המזון חילק כ"ק אדמו"ר שליט"א מ"כוס של ברכה" לכאו"א מהנוכחים שיחיו, וצוה להכריז, שכאו"א מהילדים שיחיו יקחו מ"כוס של ברכה" ויברכו וישתו קצת ואח"כ יגידו "לחיים". בעת חלוקת כוס של ברכה ניגנו "א-לי אתה ואודך גו'". "ממצרים גאלתנו גו'". אח"כ ניגנו איזה שיר משירי המחנה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-20j1edy9
Copies
Recent activity
Sources
- drive