ראה, מבה"ח אלול
ראה, מבה"ח אלול, שיחה ב
ב. און דאס איז אויך די שייכות פון פרשת ראה צו חודש אלול.
דער ענין פון ראה גו' איז דאך וואס מען מאנט בא יעדער אידן אז בא אים זאל זיין ראי' אין אלקות. איז דאך ניט פארשטאנדיק, ווי קען מען מאנען אזא הויכע דרגא, מעך קען מאנען א ענין פון הודאה שענינה אז הגם ער אליין דערהערט דאס ניט און ער פארשטייט דאס ניט אבער פונדעסט- וועגען איז ער מודה וויבאלד אז ער וויים אז יענער איז גרעסער פון אים, מען קען אויך מאנען א העכערע מדריגה וואס דאס איז שמיעה והשגה, ד.ה. אז ער האט אויך א פאר- שטאנד אין דעם, אבער אויך השגה איז דאך ניט נרגש בלב וומכ"ש אז דאס איז ניט קיין ראי', וואס ראי' דאס איז די התאמתות היותר חזקה דאינו דומה שמיעה לראי', היינט ווי מאנט מען דאס פון יעדער איינעם ראי' אין רוחניות ובפרט אין אלקות ?
נאר אזוי ווי מען לייענט דאך דאס בחודש אלול. כימים הראשונים, מה הראשונים ברצון אף האחרונים ברצון, איז מצד דעם בילוי רצון העליון, איז דאס מעורר אויך דעם רצון פנימי שבנפש, וואס דאס דערנעמט אויך דעם גוף.
וואס דאס איז אויך דער ענין התקיעות שבחודש אלול (שהם דוגמת התקיעות דר"ה), וואס דער ענין התקיעות
איז כמש הימקע שפר בעיר הלא לא הרדו. אז בילו די - פע ט וועלכע זיינען בבחי' עם מלשון גחלים עוממות כמ"ש בשער היחוד והאמונה, ד.ה. אז דער אידישער פונק וועלכער איז דא ובא זיי, לייכט ניט און ווארעמט ניס, כאם כאם וואס ער איז עומם, איז אויך אין זיי ווערט א חרדה, מצד דעם גילוי שבחודש אלול.
וואס הגם דער גלוי איז דאך א ענין שלמעלה ממדריגתם, פונדעסטוועגען פועל'ט דאס א חרדה אויך בגופם הגשמי, וכמ"ט חרדה גדולה נופלת עליהם, ופירשו חז"ל אע"ג דאינהו לא חזי מזלייהו חזי, אז כאטש עס קומט טאקע פון בחי' מזל שלמעלה מגופם, איז דאס אבער ניט אזוי ווי דער בת קול וואס הערט זיך אין דער נשמה און אין גוף איז דאס לפעמים אינגאנצן ניט מאיר, נאר חרדה גדולה נופלת עליהם אויך בגופם הגשמי, וואס דערפאר זיינען זיי דאך אנטלאפן פשוט בגשמיות.
דאס הייסט אז מצד די גילויים שבחודש אלול קען יעדער איד פועל'ן זיכוך אויך בגופן הגשמי, אז אפילו לעיני בשר זאל מען זען ווי זיין גוף איז נזדכך געווארן. וואס מצד זיכוך גופו, קען זיין בא אים דער "ראה", ער זאל זען אלקות מיטן עין בשר הגשמי.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Av 5720 (20 August 1960)
- Id
- rh-0a5bhs1b
Copies
Recent activity
Sources
- drive