ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יד
כא. נאך אפירוש בקישור הענינים פון עבודה תמה מיט ועיקר שלא ישכחו הדברים, וואס ער איז דאס מסמיך זל"ז: ע"ד דאיתא בגמרא אם ערוכה בכל רמ"ח אברים משתמרת, און דאס מיינט אויך עבודה תמה כפשוטו, אז דאס איז בכל רמ"ח אבריו, דאן איז ולא ישכחו הדברים - משתמרת.
און דער טעם אויף דעם איז, ווארום מצד וועלט איז מוכרח השכחה כנ"ל, און העדר השכחה איז מצד לפני כסא דכבודך דוקא. דערפאר איז בשעת אז ס איז ערוכה בכל רמ"ח אבריו, עבודה תמה, איז ער ניט קיין מציאות לששמו, און ער איז פאראיינציקט לגמרי מיט תומ"צ שלמעלה מכסה"כ, איז אין שכחה, בשעת אבער עס בלייבט איבער עפעס נקודה בנפשו וואו ער איז א מציאות לעצמו, מציאות נברא הוה ונפסד, דאן קען א אדאס זיין א צינור דורך ווללכן עס קען זיך אריינכאפן דער אויר העולם און שדא תיכלא בכולא.
און דאס איז אויך מתאים מיט דעם וואס מען האט גערעדט פריער בענין כלל ופרט, אז מצד הכלל שכולל כל הפרטים, איז לבד מעלת הפרטים קומט דא צו א נייע איכות, אזוי אויך בענינינו, אז בשעת ערוכה בכל רמ"ח אבריו, איז לבד מעלת הכמות, קומט דא צו א נייע איכות, אז ער ווערט אויס מציאות הוה ונפסד, נאר ער ווערט פאראיינציקט מיט תומ"צ, קדמון כקדמותו ית', שאין שייך בזה שבחה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-g4r86s13
Copies
Recent activity
Sources
- drive