עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה ד

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ד. אין טובה טאן א אידן איז דאך דא אויף צוויי אופנים, ווי אין דער פתגם הבעש"ט אדער אין גשמיות אדער אין רוחניות.

און ווי גערעדט פריער אנטקעגן פותחין בדבר מלכות און פותחין בברכה, איז דא א ענין וואס פארט זיי צוזאמען, און אט דאס איז דער ענין פון תורה, וואס אויף תורה זאגט דאך די גמרא אין סנהדרין אז כל העוסק בתורה לשמה איז ער משים שלום, און ניט נאר אין איין ארט נאר סיי בפמליא שלמעלה און סיי בפמליא של מטה, וואס בשעת דאס קומט אראפ דא למטה ווערט דאך דאס דער ענין פון רוחניות און גשמיות.

וואס דערפאר זאגט מען דאך די צוויי מאל שלום, און דערפון קומט ארויס אויכעט דער צוויי מאל שלום, דער "שלום שלום לרחוק ולקרוב", וואס קרוב איז דאס דער ענין פון רוחניות וואס מצד עצמו איז "השמים שממם לה'" און גשמיות איז דאס דער ענין פון "רחוק" וואס מצ"ע איז דא די מחיצה ווי דער ווארט אז "בני סוריא לא יעלו לרומי"".

און ווער איז "עושה שלום" - דער ענין פון תורה, וואס דערפאר איז ווען איז בטל געווארן די גזירה און "וירד ה' על ה"ס ואל משה אמר עלה אל האלקים" איז דאס געווען ביי מ"ת ווארום דאס איז דער ענין פון תורה.

און ווי דער רמב"ם פסק'נט אויכעט אפ אין סוף הל' חנוכה בריינגט ער אראפ - י"ט כסלו תש"כ - די ברייתא דער ספרא אז "כל התורה לא ניתנה אלא לעשות שלום בעולם". שנאמר ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום".

וואס דאס איז דער כללות הענין פון "עזב תעזב עמו" אז מיטן גוף צוזאמען איז תמורת זה וואס דאס איז "חמור" מצ"ע "שונאך", איז ווערט דערנאך "עמו" אז דורך ביידע צוזאמען פירט זיך אויס דעם אויבערשטנ'ס רצון.

וואס דאס איז דער ענין פון טאן א טובה א אידן אדער בגשמיות אדער ברוחניות, און דערנאך איז דא וואס מ'טוט א טובה א אידן און דאס איז כולל ביידע זאכן ע"ד ווי די גמרא זאגט דער חילוק אז "אביו הביאו לחיי העוה"ז" איז דאס גשמיות אליין, "רבו" דער וואס לערנט עם תורה איז מביאו סיי לחיי העוה"ב און סיי לחיי העוה"ז וואס דאס איז רוחניות מיט גשמיות צוזאמען.

וואס דערפאר איז תורת הבעש"ט און תורת החסידות בכלל און תורת חסידות חב"ד בפרט, האט דאס דאך צוזאמען מיט טאן א טובה כפשוטו בגשמיות - פארנומען זיך מיט הפצת פנימיות התורה אין אן אופן וואס ס'ווערט אנגערופן בשם הפצה, וואס דאס איז דאך אסאך מערער ווי דער ענין פון לימוד סתם און השפעה סתם, דאס אלץ ווערט נאך ניט אנגערופן בשם הפצה אין לשון קודש, אט דאס וואס ס'ווערט אנגערופן "יפוצו" איז דאס א ענין פון פיזור און הפצה אסאך מערער ווי דער ענין פון לימוד והשפעה ע"ד הרגיל.

מצד דערויף וואס מ'זאגט די הוראה אז זייענדיק אין אצילות איז אט דעמולט דער תכלית הענין אז מ'זאל טאן א טובה א אידן און אצילות איז דאך למעלה ממדידות והגבלות, ווארום זיי הויבן זיך דאך אן למטה מהפכסא והמסך וואס דארט איז דער ענין פון בריאה מיט די גדרים פון די קצוות, אפילו אין עולם האחדות וואס דארטן איז ניט ניטא קיין חילוקים און ס'איז ניט שייך קיין התחלקות, וואס דאס איז דאך כולל דער ענין פון מדידה והגבלה, איז מעצמו מובן אז כל הענינים פון אצילות איז אין אן אופן פון אן הגבלות און אן מדידות, וואס דערפאר זיינען זיי אויכעט דער ענין און דערפאר קענען זיי זיינען אין א עולם וואס ווערט אנגערופן עולם האחדות. און וויבאלד אז פנימיות התורה דער חלק הסוד שבתורה איז דאך אויכעט אין תורה גופא אין אלע דרגות פון פשט רמז דרוש סוד איז דאך סוד אין עולמות איז דאס עולם האצילות, איז דערפון אויך פארשטאנדיק וואס דוקא אין סוד שבתורה דארף זיין דער ענין פון שלא במדידה והגבלה דוקא אין אן אופן פון הפצה.

וואס דאס איז אויכעט די השתדלות וואס מ'האט געלייגט אז ס'זאל נתפשט ווערן דער ענין פון פנימיות התורה, וואס דאס גייט דאך אריין אין דעם חלק פון תושבע"פ, וואס אין תושבע"פ איז דאך דא דער גדר אז ס'מוז זיין אין אן אופן פון הבנה והשגה ווי דער מגן אברהם פסק'נט אפ, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז דאס דארף זיין אין אן אופן פון השגה ביז אין אן אופן אז דאס איז מלובש אין זיין מוח הגשמי וואס דאס האט א שייכות צום שכל פון נפש הבהמית.

וואס אט דאס איז דער כללות הענין וואס ס'איז דאך דא אין אגה"ק הידועה פון בעש"ט אז ער האט עולה געווען להיכל פון מלכא משיחא און ער האט געפרעגט "אימתי קאתי מר" און מ'האט עם געענטפערט "לכשיפוצו מעינותיך", ווארום ביאת משיח איז דאך אז דעמולט וועט ווערן עולם על מילואו, ווי ער זאגן אין מדרש אויף "באתי לגני - לגנוני" מקום שהי' עיקר שכינה וואס עיקר שכינה בתחתונים היתה, נאר ניט ווי מצד בריאת העולם אליין נאר נאכמערער ווי דאס איז מצד מ"ת וואס "מחצתי ואני ארפא" אז דער אויבערשטער איז מבטל די מחיצה ווי ער איז מפרש אין מדרש אויף דעם מחצתי, איז ווי אזוי קען דאס זיין - דוקא בשעת ס'איז דא דער ענין פון "יפוצו" וואס דאס מאכט עולם האצילות דא למטה מעשרה טפחים, וואס אט דעמולט ווערט ה' אחד און אויכעט שמו א', וואס דאס איז דער ענין העולם וואס דאס ווערט אנגערופן דער "שם כבוד מלכותו", וואס דעמולט וועט זיין דער "נקרא" כשם שאני "נכתב", וואס דאס איז דער ענין וואס משיח וועט אויפטאן אין עולם.

און דאס איז דער קישור מיט דעם תנאי וואס איז הכנה בזה, און די כלי לזה איז, אז פריער טוט דאס אויף יעדערער בענינו דורך תורה, און דערנאך איז "אסתכל באורייתא" ווי ער זאגט אין זהר אין תרומה אז "בר נש אז עסיק באורייתא" איז "קאים עלמא", בשעת ער איז זיך עוסק אין חלק התורה אין אופן פון יפוצו, און אין אופן פון

פנימיות התורה וואס דאס איז עולם האצילות און דאס איז ער מפיץ דא למטה ע"י הבנה והשגה אין שכל הגשמי, אט דעמולט איז ער ממשיך "ה' אחד ושמו אחד" אין זיינע ד' אמות און פון דארטן אין חלקו בעולם, און דערנאך בכל העולם, וואס דאס מאכט משיח אין זיין חלק בעולם ווי ער זאגט אין אגה"ק די גאולה פון דעם ניצוץ פרטי, און דער דערנאך איז דאס ממשיך די גאולה פון שכינה און משיח בכללות אז ער זאל אראפקומען דא למטה מעשרה טפחים.

וואס אט דאס איז די השתדלות וואס איז ביחוד דא אין דרא דעקבתא דמשיחא, ס'איז ניט געווען אזוי נוגע אין דער צייט ווען ס'האט נאך געדארפט ווערן א ריבוי זמן ביז ס'וועט זיין גילוי משיח למטה מעשרה טפחים. בשעת אבער מ'האלט שוין ביי דרא דעקבתא וואס בפועל "הנה זה עומד אחר כתלינו" אז אט דעמולט ווי אזוי קען זיין המשכות מלמעלה - בשעת ס'איז דא די עבודה מעין זה למטה, איז אין וואס באשטייט די עבודה אין "יפוצו מעינותיך חוצה" אן א מדידה והגבלה און מעינות וואס דאס איז פני פנימיות התורה, און אין עולמות - עולם האצילות, און דאס זאל אנקומען אין חוצה - עוה"ז הגשמי, וואס דאס איז דער פנימיות הענין וואס משיח דארף דאס מגלה זיין בגלוי, לעיני כל בשר.

וואס אזוי איז אויך געווען, ווי דערמאנט פריער די שיחה פון תש"ג, האט דעמולט דער רבי דער שווער גערעדט וועגן צוויי הונדערט יאר זינט דער חתונה פון דעם אלטן רבינ'ס פאטער און דערנאך אויכעט גערעדט פון שעם איבער צוויי הונדערט יאר פון אהבת ישראל פון דעם בעש"ט.

היינטיקער יאר איז דאך צוויי הונדערט זאר זינט די הסתלקות - הילולא פון דעם בעש"ט, און ס'איז דאך מבואר אין קבלה און חסידות אז דעמולט בשעת ההסתלקות איז "כל העמל אשר עמלה" ווערט דאס דעמולט נתעלה און דערנאך אויכעט מתגלה אין א יתר שאת ויתר עוז, איז דערפון דאך פארשטאנדיק אז בשעת ס'איז דא א יובל און ארבעה יובלות ביז וואנעט מאתיים שנה איז אט דעמולט דער הכרח בדבר און דער ענין שבדבר נאך כמה פעמים ככה, אז מ'זאל אויסניצן די כל ימות השנה כדי אויף דורכפירן יעדערער כפי יכלתו און ווי גערעדט פריער למעלה ממדידה והגבלה העכער פון כפי יכלתו אויף דעם ענין פון יפוצו מעינותיך, וואס אין דערויף איז דער העכסטער אופן פון טאן א טובה א אידן, וואס דאס איז דער תכלית העילוי אין עוה"ז אז למטה זאל מען מאכן א דירה בתחתונים, דארף דאס ניכר זיין בפעולותיו בעוה"ז בכל מקום שידו מגעת אז דארט איז ער מפיץ דער ענין המעיינות.

און דאס ווערט א כלי אז בעגלא דידן זאל מען האבן משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-khn17tqm

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…