י"ב סיון
י"ב סיון, שיחה ה
ו. א תורה פון א נשיא איז א הוראה ונתינת כח. ס'איז דאך דא אזוינע וואס ווי ידע אינש בנפשי', פארשטייען דעם ענין ניט ריכטיק, איז דאס איז א הוראה פון די תורה פון בעש"ט, וע"ד ווי גערעדט בההתוועדות דשבת אז דאס איז א גערוס פון הונדערט פינף און זיבעציק יאהר צוריק, אז עס דארף זיין ושננתם לבניך - מען זאל איינלערנען, יעדער מיט זיך, און דאס וועט בריינגען דעם לבניך, אז מען וועט אנהייבן פארשטיין. כאטש אז פריער האט ער ניט געוואלט פארשטיין איז אבער דער עצם לימוד וועט אים בריינגען אז ער וועט פארשטיין. וע"ד מרז"ל שמתוך שלא לשמה בא לשמה. ודברת בם - זאלסט אריינריידן אין זיי. און בשעת אז דאס איז אלץ עפ"י תורה, האט
מען ניט וואס צו מורא האבן פאר דעם בשכבך ובקומך, ווארום עפ"י תורה איז דאך יעדער ענין טוב, וע"ד המבואר בתו"א בענין עבודה קשה חומר ולבנים וכו' אז מען קען דאס אלץ יוצא זיין דורך די עניני היגיעה בתורה כמבואר שם בארוכה, אזוי אויך דער בשכבך ובקומך איז דא אין תורר - בשכבך, דער ממית עצמו עלי', און דער בקומך דער מאן מלכי רבנן שנעשה ע"י התורה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 12 Sivan 5720 (7 June 1960)
- Events
- 12 Sivan
- Id
- rh-3q0x99ph
Copies
Recent activity
Sources
- drive