עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. אזוי ווי מ'האט גערעדט אין דער מאמר אין דעם פירוש פון "משביעים אותו תהי צדיק" אז אין דעם "תהי צדיק" איז דא די ביידע פירושים וואס זיי זיינען מן הקצה אל הקצה, וואס ווי ער זאגט אין תניא אז די דרגא פון א צדיק איז אז ער איז "מואס ברע בתכלית" און האט איבערגעארבעט מיט זיך די אלע כוחות הנפש ביז וואנעט אז ער איז כולו טוב, און דאס איז משביעים - אז ער זאל זיין אין דער דרגא, און ביחד עם זה איז אויכעט דא דער פירוש הפשוט דער "משביעים אותו תהי צדיק" אז דאס באשווערט מען יעדער נשמה ווי זי זאל זיין בהתלבשותה וירידתה בנפש הבהמית און ווי זי טוט זיך אן עניני העולם, זאל זי זיך פירן אין דרך התורה והמצוה, און ווי ער זאגט אז "נקרא צדיק" דערפאר וואס "נידון אחר רובו וזוכה בדין".

וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז וויבאלד דאס איז אזוי אין נגלה דתורה איז דאס אזוי אויכעט אין פנימיות התורה, און דאס ווערט אזוי אויכעט נמשך אין עבודת האדם דערנאך למטה.

און ווי גערעדט אין פנימיות התורה, וואס דאס איז די ביידע פירושים וואס ס'איז דא אין דעם "פדה בשלום נפשי" אז ווי אזוי קען זיין א פדי' אז ער דארף גארניט אנקומען צו קיין מלחמה און דאס איז א שלום, אפילו ניט קיין חרב של שלום נאר א פדי' בשלום, וואס דאס קען דאך זיין נאר ביי דער עבודה וואס איז שייך ביי א צדיק גמור אז ס'איז ניטא אינגאנצען קיין אחיזה צו לא טוב און א ענין וואס דאס איז ניט מתאים צו דער רצון הבורא, וביחד עם זה איז דאך "אין מקרא יוצא מידי פשוטו" אז דוד האט דאס געזאגט בשם כל ישראל, אז יעדער איד קען זאגן פדה בשלום נפשי אויב . נאר (ווי די גמרא זאגט) אויב ער איז זיך עוסק בגמילות חסדים און מתפלל עם הצבור. ד.ה. וואס "עוסק בתורה" איז דא אין דערויף ווי די גמרא זאגט אין מנחות אפילו פסוק אחד שחרית און פסוק אחד ערבית ביז וואנעט אז קריאת שמע אליין האט ער שוין מקיים געווען דער "לא ימוש יומם ולילה", ועד"ז איז דאס דער ענין פון גמילות חסדים איז דאך אויכעט דא ביז "אין תכלית" ואפילו אן עני קען דאס אויכעט מקיים זיין ווי ס'ווערט מבואר אין הל' צדקה אין שו"ע.

ביז "ומתפלל עם הציבור" איז דאך גענוג אז ער איז זיך מצטרף מיט א ציבור, איז מצד הדין איז דאך דער שליח ציבור איז מוציא כל הציבור כאטש אפילו זיי שווייגן, מערניט וואס זיי דארפן הערן וואס ער זאגט איז דעמולט איז שומע כעונה.

ביז וואנעט אז מ'זאגט אז ס'איז דא א טיפערער ענין אין "מתפלל עם הצבור", אז דער שליח צבור איז מוציא עם שבשדות "כיון דאניסי", ד.ה. אפילו אז זיי הערן ניט, און במילא איז דאך ניט שייך די אלע ענינים פון הבנה והשגה (ווארום) ער הערט דאך קיין דיבור אויך ניט, אויב דאס איז "אניסי" - אויב דאס נעמט זיך מצד אן אונס וואס אנסו יצרו הרע, ווי דער רמב"ם זאגט, און ער האט געטאן כל התלוי בו און ס'האט ניט געהאלפן, איז לפי שעה איז ער עם מוציא דער שליח ציבור און דערנאך וועט ביי עם מקויים ווערן די פדי' אז ער וועט קענען אריינגיין אין דעם צבור.

וכידוע וואס ס'שטייט אין ספרי קבלה, אז צבור איז דאס ראשי תיבות צדיקים בינונים רשעים, נאר וואדען אינמיטן איז אריינגעשטעלט געווארן דער ו' פון אות "אמת", אז מצד דער אמת וואס ס'איז דא ביי יעדער אידן וואס דאס איז די נקודת פנימיות נפשו וואס זי איז "היתה באמנה אתו" אפילו בשעת החטא באמנה אתו מיט דעם אויבערשטען וואס מצד דערויף זאגט מען אז "נפש כי תחטא - תווהא" ס'איז א פלא גדול, איז מצד אט דעם ו' מאכט מען א ציבור פון צדיקים בינונים און אויכעט רשעים.

וואס דער רשע ווערט אויכעט נכלל אין דערויף, און במילא קומט ער דערנאך צו צו עוסק בגמילות חסדים און דערנאך צו עוסק בתורה און אט דעמולט, ווערט דער פדה בשלום אז "פדאני לי ולבני" אז ניט נאר ער גייט ארויס פון גלות נאר כביכול דורך עם ווערט די פדי' פון די שכינתא בגלותא, ווי ער איז מבאר אין אגה"ק אז יעדער איד - י"ט כסלו תש"כ - האט א ניצוץ שכינה ביי זיך וואס דאס איז דער "נפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל ממש".

און בשעת ער איז זיך מצטרף אל הצבור וואס דערנאך קומט ער ווייטער מדרגא אל דרגא צו דעם עוסק בגמילות חסדים און דערנאך עוסק בתורה, איז דאך דערנאך פודה לי ולבני מבין האומות.

וואס דאס איז אין פנימיות התורה און אין נגלה דתורה, איז דאך דערנאך פארשטאנדיק אז דאס קומט דערנאך אין פועל, וואס דאס איז דער כללות ההוראה פון תורת החסידות און פון דעם ערשטן מייסד - פון בעש"ט, איז דאך ביי עם געווען די שתי קצוות, התחלת עבודתו בקודש איז געווען ניט נאר א מלמד נאר מערניט ווי א באהעלפער צו א מלמד, וואס אין וואס איז באשטאנען עבודתו בקודש - אז ער האט געטראגן קליינע קינדער, שאין בהם ענין אויף ללמוד תורה, ס'איז מערניט וואס ער האט מיט זיי געזאגט ברכות און זען אז זיי זאלן ענטפערן אמן יש"ר.

וואס דאס איז דאך עד"ז אויכעט ברוחניות אט די וואס זיי זיינען "קליינע קינדער" בהבנה והשגה, און קליינע קינדער אין לימוד התורה און קיום המצוות, ביז וואנעט אז ומ'קען ניט מיט זיי מערניט ווי ער זאגט אין תניא זיי זאלן חזר'ן תינוקות ז של בית רבן וואס זיי זיינען לומדים מפני אימת הרצועה, איז אויך דאס איז געווען איינע פון די אויפטואונגען פון תורת הבעש"ט אז ער איז געווארן א באהעלפער אט די קינדער פירן וואוהין זיי דארפן גיין.

ביחד עם זה איז געווען דער גילוי רזין דרזין דאורייתא, וואס ביז דעמולט איז דאס ניט נתגלה געווארן בעולם ובפרט אין אן אופן פון הבנה והשגה.

וואס עד"ז אויכעט איז דאך ווי גערעדט פריער פון די אגרת הקודש אז "היא היא תורת הבעש"ט" וואס דאס איז נתבאר געווארן און נמשך געווארן ביז אין גוף ונה"ב ער זאל אראפנעמען אלע כוחות הנפש אין דעם הנהגה פון דעם אלטן רבי'ן כמו שמסר לכל אלו השייכים וקשורים אליו איז אויך געווען אט די צוויי קצוות, ביחד עם דערויף וואס דאס איז געווארן די שיטה היותר עמוקה אין די הבנה והסברה פון רזי דרזין דאורייתא אז זיי זאלן ווערן פארשטענדליך ביז צום שכל פון ניט נאר פון שכל האנושי נאר אויך צום שכל פון נה"ב, איז, ביחד ע"ז איז ידוע דער סיפור אז ס'איז געווען א אידענע אין ליאזניע וואס זי איז געווען אקימפעטארן און ס'איז געווען ביוה"כ און אלע זיינען אוועקגעגאנגען אין שול דאווענען האט דער אלטער רבי אויסגטאן דעם טלית (דער פריסו דמלכא בעצם יום הכיפורים) און איז אוועקגעגאנגען צו איר אין דער שטעטל אין דער הייזל און האט דארטן אפגעטאן אט די ענינים אז זי זאל האבן כדי אויף להחיות את נפשה.

וואס מ'פארשטייט דאך די דרגא פון א אידן בכלל אין יוה"כ אפילו איצטער, ד עאכו"כ אין יענע יארן און אין א קליינע שטעטל וואו דער אלטער רבי איז געווען דער מגיד מישרים, עאכו"כ דער אלטער רבי אליין, האט ער דערפילט אין זיין דביקות די יחודים עליונים אז ס'קען זיין אז די יולדת וואס ס'געפינט זיך בקצה העיר זאל מצד דערויף וואס די בני בית זיינען אין שול יו"כ זאל זי בלייבן אן אט דער מאכל ומשקה וואס זי דארף האבן.

וואס אט דאס איז דער ענין וואס שטייענדיק (כאן בכה) אין עולם האצילות איז אין וואס האט מען א געשמאק אין טאן א טובה א אידן (בכה).

געשמאק איז דאך א ענין פון עונג וואס דאס איז דאך העכער פון אלע כוחות פנימיים, אפילו העכער פון כה הרצון, וואס דאס איז די עבודה מצד חי' וואס ניט דאס איז דער ענין פון "פדה בשלום נפשי" ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר און דער מיטעלער רבי איז דאס מבאר נאך מערער בארוכה.

ביז וואנעט אז דאס איז ווי גערעדט פריער אין דער סיום פון תניא פון "זה לעומת זה", איז דאך ידוע דער סיפור אז דעמולט איז געווען דער צורר היהודים "דערשאווין" וואס מ'האט עם געשיקט אויף מאכן א חקירה ודרישה בנוגע צו מצב היהודים בערי רוסיא און ער איז אנגעקומען אין דער שטעטל וואו דער אלטער רבי איז געווען, און דארט איז געווען א מעשה מיט א אלמנה (אדער סתם א אידענע) וואס מ'האט ביי איר געמאנט ענינים פון געלט האט זיך דער אלטער רבי איינגשטעלט גיין ריידן מיט דעם צורר היהודים, פועל'ן אז מ'זאל אראפנעמען פון דער אלמנה אט דער לחץ וואס מ'האט אויך איר געמאכט. - י"ט כסלו תש"כ -

וואס אט דאס איז דער ענין פון "אפילו זה לעומת זה".

וואס דאס איז אויכעט די הוראה לכל אחד ואחד:

דלא כשיטת האומרים אט די וואס זאגן אז ער איז דאך ווי פלוני בן פלוני וויבאלד אז ער איז א רשע איז וואס וועל איך גיין מנוול זיין במנוול וואס דעמולט איז ער זיך מתנוול, כאטש אפילו ס'איז דא אויף דערויף און ס'קען זיין אז דערפון זאל ארויס טובה א אידן, איז דאס איז היפך הסדר פון עבודת ה' ווי דאס איז נתבאר געווארן ע"י תורת החסידות.

און ווי גערעדט אז אין שעת צלותא און שעת קרבא קען זיין אין צוויי אופנים: דער נפש האלקית קען שטייען אין יחודים עליונים, און ניט מלחמה האבן מיטן גוף ונה"ב לאזן עם פאשן זיך וואו ער איז וואס אט דעמולט קען ער ליגן איך-ווייס-וואו, און סוכ"ס איז ער דאך מפסיק פון זיינע יחודים קען ווערן דערפון א ירידה ביז א נפילה ביז א נפילה שלא בערך.

וואס אזוי ווי מ'ווייס אז ביי זיך דארף ניט זיין אזוי דער סדר העבודה איז עאכו"כ אז מ'טאר זיך אזוי ניט פירן בנוגע צו א צווייטן אידן, און ער דארף זיך טרעפן מיט איינעם וואס יענער איז שלא לפי רוחו, אדער קען זיין אז ער וועט אנרירן ע"ד ווי די גמרא דערציילט אויף א כהן גדול אז ער איז געגאנגען ריידן'ונזרקה צינורה"דערפאר האט ער זיך געדארפט טובל זיין, איז פונדעסטוועגן איז ער געגאנגען און ער האט גערעדט כאטש אפילו ער איז געשטאנען אין דער חשש אז ער וועט ווערן טמא, וויבאלד אז דאס איז געווען נוגע צו הצלה פון א אידן.

און אז די גמרא דערציילט א סיפור איז דאס ניט גלאט א מעשה יפה נאר דאס איז א חלק אין תורה מלשון הוראה. וואס דאס איז א הוראה אז אפילו אט דעם וואס שטייט אין א דרגא פון כה"ג, און אפילו אז דאס האלט פאר יו"כ וואס אט אט דארף ער גיין משמש זיין בקודש אין קדשי קדשים וואס אין דערויף איז תלוי די כפרה פון "אני" און "שבט קהליך" ביז עמך ישראל, אבער דאס וועט דאך זיין מארגן - היינט קען ער טאן א טובה א אידן, נאר וואדען ער שטעלט זיך איין אין סכנה און אין חשש, ווי די גמרא דערציילט מצד א חשש וואס היתה לו יסוד אין מציאות - האט ער פארבייגט אויף זיך טהרה און זיין קדושה מצד וואס - כדי עס זאל קענען ארויס א טובה א אידן.

און אט דאס איז די הוראה עאכו"כ צו די וואס זיינען ניט אין די דרגא פון כה"ג, און אפילו ניט אין די דרגא פון כהן, און עאכו"כ ווען א טובה א אידן איז. דאס א דבר וודאי.

וואס אט דאס איז אויכעט די הוראה וואס מ'האט אונז איבערגעגעבן די הנהגות פון בעש"ט און הנהגות פון דעם אלטן רבי'ן, וואס לכאורה איז "מי ידמה לו ומי ישוה לו" אפילו שמץ מנהו (ווי ער זאגט אין תניא),וויבאלד אבער אז זיי האבן דאס מגלה געווען און דערציילט, איז דאס א נתינת כח אז יעדערער במעמדו ומצבו מעין זה לכה"פ, קען ווערן געשטעלט פאר אזא מין נסיון אז ער זאל דארפן פארבויגן אויף זיין עוה"ב, דערפאר וועט ער אבער קענען טאן טובה א צווייטן אידן.

און דעמולט איז דא דער פס"ד אז ס'קען זיין דער חשש אז "נזרקה צינורה מפיו" און ס'איז געפאלן על"לבושו" דארף מען זיך אין דערויף איינשטעלן אבי צו מציל זיין אן אלמנה, פון דעם לחץ וואס זי האט פון דעם לעו"ז.

און דערפון איז אויכעט דא א לימחד: שני:

ס'איז דאך דא אזוינע וואס זאגן אז תורת הבעש"ט איז דאס אזא מין הויכע זאך וואס צו אונז האט דאס קיין שייכות ניט - איז דאס אויכעט א היפך פון כל ענין תורת החסידות, ווארום תורת החסידות איז דאס געגעבן געווארן דערפאר וואס ס'איז געווארן "אכשור דרא - בתמי'" האט מען דערפאר מגלה געווען דער רזין ורזין דרזין דאורייתא, וכידוע דער משל וואס דער משל וואס דער אלטער רבי האט געזאגט, אז דאס איז כמשל . וואס א בן מלך איז א חולה און ער האט אויסגעפונען אז מיט וואס קען ער עם היילן, מערניט ווי אז דער אבן טוב וואס ס'איז דא בכתר אביו המלך וואס אן אט דעם אבן טוב איז רעכט אז דער כתר ווערט בטל, איז לכתחילה גיט דאס ניט דער מלך, בשעת אבער מ'קומט צוגיין צו דעם מלך און מ'זאגט אז דער חולי איז געווארן שטארקער הויבט ער אן זוכן אפשר וועט מען געפינען אנדערע רפואות ניט איינשטעלן דעם כתר המלך - דוקא דעמולט אז מ'קומט צוגיין צום מלך און מ'זאגט אז דער חולי איז אויף אזוי פיל אז

אויב אפילו מ'וועט פאנאנדער רייבן דעם אבן און מ'וועט פאנאנדער שיידן אין וואסער און מ'וועט ניסן און ס'קען זיין אז מצד תוקף החולי וועט דאס ערשט ניט אנקומען אצו (בכה) בנו, איז אט דעמולט זאגט דער מלך... אז דוקא צוליב אזא מין בן איז אט דא נעמט ער ארויס דעם אבן טוב פון דעם כתר .., און הייסט דאס פאנאנדער רייבן און פאנאנדערוואסערן און גיסן דאס אויפן בן, אפשר וועט איין טיפה אריין אינעווייניק און דורך דערויף וועט ער ניצול ווערן (בכה הרבה).

און אט דערפאר אויב בזמן הבעש"ט האט געדארפט האבן דער גילוי פון רזין דרזין .. אויב מ'האט דאס געדארפט האבן אין דעם דור פון דעם אלטן רבי'ן.. וואס דעמולט איז דאס אראפגעגעבן געווארן נאכמערער אין הבנה והשגה ד ה. נאכמער . נידעריקער געמאכט ביז וואנעט דער שכל וגוף פון נה"ב זאל דאס אויכעט נעמען, וואס דעמולט איז דאר געווען א דור דיעה... בערך פון דורינו זה, איז א פשיטות אז דער רזין דרזין וואס מ'האט געמולט געגעבן, (כאטש אפילו) די מעלה זיינען געווען אפן ביי ראשי אלפי ישראל... במילא האבן זיי דאך אויכעט געעפנט די כלי קיבול ביי כל ישראל ." , עאכו"כ בדורינו דור יתום... וואס אט דעמוטלט גיט מען די מעינות פון בעש"ט אין א נאכמערער פארשטאנדיקן אופן און אין א נאכמערער גשמיות גשמיות'דיקן אופן, ביז וואנעט, אז ווי ער זאגט אין זוהר אז אפילו תינוקות זאלן אויכעט קענען צוקומען צו די מעיינות, און מ'איז בטוח און מ'האט די ברכה פון נתינת כח פון די רביים" ונשיאים... אז אויב אפילו מתחילת השתי' פון רזין דרזין איז פארקוועטשט די ליפן און ס'גיסט זיך ארום און ארום ג.. קומט דאך אויס אז מ'האט מפסיק לפי שעה דעם כתר המלך, און מ'האט פאנאנדער געריבן דעם אבן טוב, און מ'האט דאס אנגעטאן אין אזוינע אותיות אז אפילו א תינוק... מיט זיין מגושם'דיקן שכל זאל דאס אויכעט קענען נעמען - דערפאר וואס דאס איז געווארן בדרגא שלו ובערך שלו (בכה).

וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק דעם עוצם הירידה וואס דאס דארף אננעמען אז פון דעם אבן טוב וואס אן-דערויף היינגט אפ דעם יוקר און דער יופי מיט דער ענין הכתרת המלך - זאל דערפון ווערן אזא מין משקה וואס א תינוק קטן לגמרי וואס האט גאר קיין שייכות ניט צו שתי' זאל דאס ווערן בערכו.

' מ'האט אבער דעמולט די הבטחה אז סוכ"ס וועט דאס דערנעמען ווארום "הלא כה דברי כאש" און דאס וועט אבער זיין אן אש ע"ד ווי אש דקדושה וואס זי פארברענט ניט דעם טוב ס'איז מערניט ווי מכלה לעו"ז - דער ענין פון די בלאטע וואס ס'האט זיך צוזאמענגעקליבן מבחוץ, און אט דעמולט דערגרייכט דאס אינערווייניק און דאס איז עם מחי' דערנאך מן הקצה אל הקצה, פון לעו"ז אין תכלית הירידה און ג' קה"ט לגמרי ביז ובל ידח ממנו נידח פון תהי צדיק וואס נידון אחר רובו ביז וואנעט ער דערגרייכט דורך "תהי צדיק" אין אמיתית תואר שם צדיק אז ער איז מואס ברע בתכלית - דער פדה בשלום מצד די עבודה פון בכל מאודך.

און אט דאס איז די הוכחה גמורה אז אויב ס'איז געווען אין די דורות שלפנינו דער הכרח פון דער דרישה פון יפוצו מעינותיך איז וואס מיט א טאג נעענטער צו משיח'ן איז דאך אלץ מער נוגע און אלץ מער מוכרח.

אויב ס'איז געווען בדורות לפנינו האט דער מלך געגעבן דעם אבן טוב דערפאר וואס מ'האט גערעכענט אז אפשר וועט קיין אנדער עצה ניט העלפן (בכה), עאכו"כ. בדורינו וואס מ'האט דאך שוין אויסגעפרואווט כמה ענינים ביז וואנעט ענינים למעלה מדרך הטבע לגמרי, און ניט נאר אז דאס האט מען ניט אויסגענוצט בטוב, נאר ס'איז נאך געווארן דער "שמים אור לחושך" פון די ענינים וואס ס'קען זיין א ענין פון גאולה, האט מען דאס אויסגענוצט אויף שלעפן ר"ל אידן למטה ממדרגתם וממצבם וממעמדם, איז אז די פשיטות האמורה אז איצטער "אין לנו שיור אלא התורה הזאת" וואס מ'קען אנווייזן וואס שטייט דער חילוק פון "זאת" ביז "זוהי" אז "זאת" באווייזט מען אן מיטן פינגער, און פנימיות התורה באווייזט מען אז דאס איז אלקות, ווארום ס'איז ניט מלובש אין ענינים פון עולם ווי ער זאגט אין זהר אז דאס ווערט אנגערופן "אילנא דחיא" די לית תמן קיינע ענינים פון ניט טוב.

איז עאכו"כ אז איצטער גיט מען ענינים פון תורת הבעש"ט בריבוי יותר ובשפע יותר און אין אופן פון הבנה והסברה והשגה יותר, און אט דאס וועט אראפבריינגען בעגלא דידן אז ס'וועט זיין דער קאתי מר דא מלכא משיחא. - י"ט כסלו תש"כ -

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-t6rv7v75

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…