חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה יב
יד. צו מנחה לייענט מען פ' תולדות, ואלה תולדות דיצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק, בריינגט זיך אין א ספר בשם הבעש"ט, אז דאס איז א קושיא מיט א תירוץ, דער פסוק פרעגט ווי קומט עס אז יצחק בן אברהם? ענטפערט ער אויף דעם, אברהם הוליד את יצחק, אז מצד ענין החסד איז גבורה וצמצום בעולם כדי להמשיך חסד להמצומצם ועני, וואס בלשון חסירות חב"ד איז דאס ענין ההתכללות (ראה אוה"ח ר"פ תולדות) אז אויך בא אברהם'ן איז דא ענין הגבורות.
און דעם ענין פון התכללות ההפכים געפינט מען אויך בא דעם בעש"ט, פון איין זייט האט זיך דער בעש"ט פארנומען מיט קליינע קינדער, און ער איז געווען ניט קיין מלמד נאר א באהעלפער צו א מלמד, צמצום ביותר (שבא מצד אהבתו להם וכו'), ולאידך גיסא, איז בא אים געווען יעמולט די העכסטע ענינים, רזין ורזין דרזין וגילוי אלי' וכו'.
און אזוי מאנט זיך אויך בא חסידים אז עם זאל זיין ביידע קוים צוזאמען, אז מען דארף לייגן אין די העכסטע ענינים פון תורת החסידות און בשעת מעשה פארנעמען זיך אויך מיט גאר פשוט'ע ענינים (חסר הסיום).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-j7mh3w6t
Copies
Recent activity
Sources
- drive