ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ב
ב. אין דעם וואס דער רמב"ם זאגט "ומצוה להרבות בשמחה זו", קען מען לערנען צוויי אופנים:
א) "להרבות" איז דאך שייך אויף א זאך וועלכע ס'איז שוין דא, נאר מען דארף אין איר מרבה זיין, ד.ה. אז
דאם דאס איז א ציווי נוסף אויף דעם וואס ער זאגט אין פריערדיקע הלכה אז בסוכות איז שמחה יתירה פון יעדער יו"ט, איז אויף דעם לייגט ער צו אין דעם צווייטער הלכה, ומצוה להרבות בשמווה זו.
ולפי"ז מובן, אז די הגבלה וואס ער גיט "ולא כל הרוצה כו"" גייט דאס ניט אויפן כללות ענין השמחה יתירה שבסוכות נאר אויף דעם מצוה להרבות. וואס דערפאר שטעלט ער דאס אין דעם צווייטער הלכה און ניט אין די ערשטע.
ב) וואס ער זאגט "מצוה להרבות" איז דאס ניט קיין ציווי נוסף, נאר דאס איז א ביאור אויף דעם וואס ער זאגט אין די ערשטע הלכה, אז בסוכות איז א שמחה יתירה, איז ער מבאר אז אין וואס באשטייט די שמחה יתירה אין דער מצוה להרבות, ד.ה. אז וויפל שמחה ער האט נאר איז דאס ניט מספיק נאר מען דארף האלטן אלץ אין איין מרבה זיין, ווארום עס דארף זיין א שמחה בלתי מוגבלת. וואס אין דעם איז דער חילוק פון שמחת יו"ט ביז שמחת סוכות, אז די שמחה פון ושמחת בחגך איז א שמחה מוגבלת, און די שמחה יתירה פון סוכות איז א שמחה בלתי מוגבלת.
דאס הייסט, אז דאס וואס ער זאגט "ומצוה להרבות בשמחה זו", איז דאס ניט קיין ענין של הוספה למדקדקין ולמהדרין, נאר דאס איז מעצם המצוה. די מצוה פון שמחת חב הסוכות איז - "להרבות", אן הגבלות.
ולפי פירוש זה, איז בשעת ער לייגט די הגבלה פון לא כל הרוצה כו', איז דאס א הגבלה אין די עצם המצוה, אז די מצוה פון שמחה יחירה שבסוכות איז ניט פאר אלעמען, נאר פאר די ראשי סנהדרין וכו', אדער כלשון הגמרא חסידים ואנשי
און דאס איז דאך ניט מובן, מצד וואס זאל זיין חילוקים בא אידן בקיום המצוה? מען געפינט חילוקים פון כהנים לויים וישראלים, אדער חילוקים פון א תלמיד חכם ואוהב תורה ביז א שונא כו', אבער חילוקים אין אידן וועלכע זיינען אלע אין אהבת התורה ואהבת ישראל, געפינט מען ניט.
אמת טאקע מען געפינט אמאל דעם לשון, לא כל הרוצה. ליטול את השם יבוא ויטול, אבער דאס איז ניט קיין חילוקים אין סוגים מער ניט ווי אין אישים, און אויך מער ניט ווי אין הידורים וכו', אבער דא אינ דאך דאס חילוקים אין סוגים, אז די וועלכע זיינען אין דעס סוג פון ראשי סנהדראות וכו' זיי זיינען שייך צו דעס און ניט שאר העם, און אויך איז דאך דאס א חילוק אין א מצוה מפורשת בתורה, ושמחתם לפני הוי' אלקיכם שבעת ימים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-k2vmzk4r
Copies
Recent activity
Sources
- drive