אחש"פ
אחש"פ, שיחה ח
ט. אבער אעפ"כ איז ניט מובן, הן אמת טאקע אז מדרגא לדרגא איז אויך א ענין פון יצי"מ, וויבאלד אבער אז בכללות שטייט מען דאך אין מדריגות נעלות, איז וואס איז אזוי דער שטורעם אין דעם, ס'איז דאך לגמרי באין ערוך צוס ערשטען מאל יצי"מ וואו מען איז ארויס מאפילה ממש, פון מ"ט שערי טומאה, משא"כ שפעטער וואס אויך אן דער יציאה האלט מען בא א הויכע דרגא, היינט וואס איז אזוי געווען דער רעש אין יצי"מ שבכל דור ודור, וואס מען האט דערציילט ביצי"מ בשמחה גדולה, ביז ווי די גמרא דערציילט אז ס'איז געווען פקע איגרא?
איז דער ביאור אין דעם: וואס מען שטייט העכער. און איידעלער, פילט מען אלץ מערער דעם חסרון און דעס מיצר, אפילו פון א הויכע מדריגה. וע"ד מ"ש הרמב"ס אז בשעת איינער איז רעב ללחם וצמא למים, פילט ער ניט דעם מחסור אין שכל ודעת, בשעת אבער ער איז מרוה רעבונו מצמאונו, איז ניט די זאך וועלכע עס שטערט אים, דאן פילט ער רעבונו וצמאונו צו מושכלות.
וואס דאס איז אויך דער ביאור במה שאמרו רז"ל אז דער עונש פון די רשעים לע"ל וועט זיין אז זיי וועלן זיין
עפר תחת כפות רגלי הצדיקים. דלכאורה, וואס איז דא דער עונש? והענין: לעתיד וועלן אלע זעהן דעס יוקר פון אלקות. איז בשעת מען זעט אן ענין פון צדיקים, און מען האלט ניט בא דעם, מען איז עפר תחת כפות רגליהם, איז דאס א גוואלדיגער צער.
בשעת מען איז נידעריק און גראב, פילט מען גאר ניט אויף אזויפיל דעס חסרון און דעס מיצר, אפילו פון גאר א נידעריקן ענין, און וואס מען ווערט העכער און איידעלער, דאן פילט מען ווי אפילו גאר א הויכע מדריגה איז אויך א מיצר.
ועד"מ, בשעת מען גיט א קינד א צאצקע אויף שפילן זיך, וובפרט נאך ווען מען איז אויך מרוה רעבונו וצמאונו הגשמי, איז דאס שוין בא אים די העכסטע שלימות, און מערער דארף ער שוין ניט, משא"כ א גדול, איז דאך א צאצקע הייסט בא אים ניט קיין שלימות, ווארום ער האט א השגה אין גרעסערע זאכן, ביז אז נאך זא גרעסערן מענטשן איז ער מרגיס א אמיתית השלימות איז ידיעת המושכלות, און כל זמן ער קריגט דאס ניט, פילט ער אז ער געפינט זיך במיצר, און יוסיף דעת יוסיף מכאוב, דתכלית הידיעה שלא נדע אלץ וואס ער ווייסט מערער, איז, א) ווייסט ער מערער וויפל ער ווייסט ניט, ב) שכל איז בא אים טייערער און רירט אים מערער טאן.
און דערמיט וועט מען פארשטיין אז די יציאה מהמיצר שבזה"ב מדרגא לדרגא איז געווען ניט קיין קלענערע ווי יציאת מצרים בשנת ב' אלפים תמ"ח ווען מען איז ארוים מאפילה לאור גדול.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-9gx9a34y
Copies
Recent activity
Sources
- drive