שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ג
ג. וועט מען אס פארשטיין עפ"י המבואר בלקו"ת בענין ההפרש שבין המרגלים דמשה וואס דאס איז געווען שלא כדבעי צו די מרגלים דיהושע וואס ס'איז געווען לתועלת. ותוכן הענין בקצרה איז: ס'איז דא צוויי ערליי עבודות. א. עבודה וואס איז שייך צו יעדער איינעם. ב. עבודה וואס איז שייך נאר צו אזא ווי משה. דערפאר איז בשעת די מרגלים זיינען געגיינגען קיין א"י און געווען בריחוק מקום פון משה'ן, האבן זיי ניט געקענט טאן די עבודה.
וואס דערמיט וועט ווערן אויך רעכט מה שאמרו חז"ל שהיו כשרים באותה שעה, איז דאך ניט מובן, מה דאך זייענדיק אין מדבר זיינען זיי געווען כשרים, היינט בשעת זיי זינען געקומען קיין א"י האבן זיי דאך געדארפט ווערן נאך העכער, און ווי קומט עס אז ס'איז גאר געווען דער היפך? אך הענין, אז זייענדיק לעבן משה'ן, זיינען זיי ניט קיין מציאות לעצמם, ווארום א תלמיד שאצל רבו איז גאר קיין מציאות ניט, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין פון מורה הלכה בפני רבו משא"כ בשעת זיי זיינען אוועק אין א אנדערע ארט, איז קיין נ"מ וואס פאר א ארט דאס איז, צי לגריעותא צי למעליותא, אבער וויבאלד זיי זיינען געווען ווייט פון משה'ן, און ס'איז נתגלה געווארן זייער מציאות, האט עס ניט געטויגט. משא"כ פריער כשרים היו, ווארום זיי זיינען געוען בטל און ס'איז ניט נתגלה געווארן זייערע כחות.
וואס דאס איז אויך דער טעם וואס משה האט מתפלל געווען אויף יהושע'ן-י-ה יושיעך מעצת מרגלים, דלכאורה נאך וואס האט ער אויף אים געדארפט מתפלל זיין נאר דער טעם אין דעם איז: ענינו של יהושע איז געווען פני לבנה וואס ער האט מקבל געווען פון משה פני חמה, וכמ"ש לא ימיש מתוך האוהל, בשעת ער איז אבער געגיינגען בריחוק מקום פון משה'ן, האט ער געדארפט האבן א ספעציעלע תפלה און א נתינת כח ביחוד. איז בשעת ער איז געווען לעבן משה'ן, איז ער ניט געווען קיין מציאות כלל, וכדוגמת אור הכלול במאור, דאע"פ אז דער אור הכלול איז בתוקף יותר אבער ער איז גאר קיין מציאות ניט.
וואס די הוראה מכל הנ"ל צו יעדער איינעם איז, אז בשעת ער גייט אוועק פון . די ד' אמות של רבו, איז ניט קוקענדיק אויפן תכלית העילוי אין וועלכן ער איז געווען פריער, וויבאלד אבער ער גייט אוועק פון ד' אמות של רבו דארף ער האבן א נתינת כח מיוחדת.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-cjnyfkcp
Copies
Recent activity
Sources
- drive