עברית
Library

וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת

וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

א. די התחלה פון היינטיקער סדרה, אזוי אויך פון די אנדערע סדרה, וועלכע מען לייענט היינט צו מנחה, (וואס די סדרות -וישב און מקץ- האבן אויך א שייכות צו חנוכה, כ-איתא בשל"ה והובא בדא"ח), זיינען וועגען חלומות, בפ' וישב בענין חלומות יוסף, און התחלת פ' מקץ בענין חלומות פרעה.

איז ניט פארשטאנדיק, וואס איז נוגע דערציילן דעס גאנצן ענין פון חלום פרעה, דער עיקר איז דאך דער ענין פון דעם פתרון החלום און וואס איז די נ"מ דורך זוועלכן אופן דאס איז געקומען צי דורך א חלום צי דורך א אנדער אופן, און אפילו אויב די תורה וויל שוין יע דער- ציילן אז דאס איז בעקומען דורך א חלום, איז וואס איז אבער נוגע צו דערציילן די פרטי החלום, ער האט דאך געקענט דערציילן בקיצור אז ס איז געווען א חלום וואס קיינער האט ניט געקענט פותר זיין אויסער יוסף'ן, און יוסף האט עס פותר געווען אז דאס ווייזט אויף די שני ושבע און שני רעב, אבער וואס איז נוגע צו וויסן די פרטי החלום, וועמען איז דאס נוגע וואס א גוי חלום'ט און וועגען וואס עס חלום'ט זיך אם ?

אזוי אויך בנוגע התחלת פ' וישב, וואס דאס איז דאך בענין חלומות יוסף הצדיק, איז אויך ניט פארשטאנדיק וואס איז די הוראה פון די חלומות בנוגע צו אונז, בנוגע דעם ערשטען חלום פון מאלמים אלומים איז מבואר אין תו"א בקצרה, אבער וואס איז די הוראה אין עבודה פון דעס אנדער חלום, וואס לכאורה איז דאך דאס דער זעלבער ענין

ותוכן פון דעם ערשטען חלום, מער ניט ווי מיט דער הוספה - 8לן אז דא איז צוגעקומען אויך דער שמש וירח.

וויבאלד אז דאס איז דאך א סיפור אין תורה, מלשון הוראה, און אין ספר בראשית הנקרא בשם ספר הישר ווארום דארטן דערציילט זיך די סיפורים פון די אבות הנק' ישרים, ומעשה אבות סימן לבנים, ויוסף בכללם כמ"ש אלה תולדות יעקב יוסף, איז דאך זיכער אז כל הנ"ל איז א הוראה בעבודתינו..

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
25 Kislev 5720 (26 December 1959)
Id
rh-8b0c24fv

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1PXjj4Zk3-Kc8Nb0pjbbmP5…