עברית
Library

יו"ד שבט

יו"ד שבט, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז פון תורת הבעש"ט אליין קומט ארויס דער ענטפער, ווי קומט דאס אז דוקא אין די דורות, וואס דעמולט איז געווען דער יאוש, ביז וואנעט אז ס'האט געבראכט צו א ירידה אין עניני תורה ומצוות, איז דוקא דעמולט האט מען מגלה געווען "רזין דרזין דאורייתא", און אין וואס פאר אן אופן - ביז וואנעט אז דורך מופתים וסיפורי דברים, איז דאס צוגעקומען ביז צו אנשים פשוטים - פשוטים כפשוטו, ווארום היא הנותנת, וכידוע דער משל פון אלטן רבי'ן אז דוקא דערפאר וואס דער דור איז אן אנוס וחלוש ביותר האט דער אויבערשטער געגעבן "רזין דרזין דאורייתא" כדי צו מציל זיין א אידן, וואס יעדער פון זיי איז דאך ווי דער רבי האט געזאגט דעם ווארט פון בעש"ט אז די אהבה פון דעם אויבערשטן צו א אידן איז שלא בערך גרעסער פון אן אהבה פון הורים זקנים, וואס ביי זיי איז געבארן געווארן א בן יחיד לעת זקנתם, וואס דעמולט איז דאך דאס אן אהבה עצמית, ווארום דער קינד איז דאך ערשט געבארן געווארן במילא איז ניט שייך אז עס זאל זיין צו עם אן אהבה מצד די ענינים גלוים וכחות שלו.

און מ'זאגט אז דאס איז א בן יחיד, ד.ה. אז די אלע ענינים וואס די הורים האבן, האבן זיי ניט וועמען דאס איבער צו געבן מערניט צו אט דעם איינציקן זון, אט אזוי איז אויך די אהבה פון אויבערשטן צו יעדער אידן ביחוד כאילו ווי אלץ וואס דער אויבערשטער וויל געבן האט ער ניט כביכול וועמען דאס צו געבן מערניט ווי אט דעם אידן, און דערפאר פארלייגט ער זיך אויף עם.

וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז "כל ידח ממנו נדח" איז ניט אן ענין וואס וועט זיין אין א נשמה בלי גוף נאר ווי דער בעש"ט פארטייטשט דעם "עזב תעזוב עמו" אז דוקא מיט דעם גוף ונפש הבהמית זאל זיך אויספירן דעם אויבערשטנס רצון (ראה היום יום ע' כג).

וואס מצד דערוף איז פארשטאנדיק, אז דאס וואס דער בעש"ט האט זיך אפגעגעבן אפי' מיט פשוטים ביותר, און ניט נאר פשוטים וואס בא זיי האט געפעלט אין "עשה טוב", נאר אפי' מיט אזוינע וואס זיי זיינען געווען מושקע ר"ל אין עומק הרע,

כאטש אז ניט פאר יעדערן איז דאס א בירור פארנעמען זיך מיט די וואס ליגן טיף, ווארום ס'לען אמאל זיין אז יענער זאל אים אראפ שלעפן צו זיך למטה, משא"כ בהנוגע אבער צו תורת והוראת הבעש"ט, ווארום תורן דבעש"ט איז דאך א חלק פון תורת משה וואס אויף תורה איז געזאגט געווארן אז "תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשה" (קידושין מ, ב) איז תורת הבעש"ט בריינגט א שינוי אין הנהגה אין מעשה בפועל,

און ווי דער אלטער רבי האט מבאר געווען אז דאס איז דוקא אין די דורות וואס דער בן מלך איז א פאר חלש'טער, מ'ווייס אפי' ניט אויב מ'וועט אים גיסן די רפואה ארום און ארום צי איין טיפה וועט אריינגיין אינע- דוייניג, און פונדעסטוועגן איז דער ציווי פון דעם מלך אז מ'זאל גיסן די רפואה, (ראה התמים ח"ב ע' מט),

וואס דאס איז "רזין דרזין דאורייתא", ביז דעמולט איז דאס געווען באראלטן, און דוקא אין דעם דור - פון בעש"ט אן און ווייטער - איז מען דאס מגלה, און אין אן אופן ווי דער בעש"ט זאגט אז וואס נעענטער צו ביאת המשיח איז דאס מערער אין אן אופן פון יפוצו,

ווארום ס איז דאך קיין ספק ניט ביי יעדער מאמין בביאת המשיח, אז היינט שטייט מען מיט א טאג נענטער ווי מ'איז געשטאנען נעכטן, און מיט צוויי טעג - ווי מ'איז געשטאנען מיט צוויי טעג צוריק, און מיט דריי טעג - ווי מ'איז געשטאנען מיט דריי טעג צוריק,

וויבאלד אז דער בעש"ט האט מודיע געווען אין זיין אגרת הקודש אז מיט וואס ווערט מען נענטער צו ביאת משיח איז דאס דורך הפצת המעינות חוצה, איז דאך דאס גופא א הוכחה אז היינט דארף זיין מער יפוצו ווי נעכטן, און נאכמער ווי אייער-נעכטן, און אזוי איז מען בכל יום ויום מוסיף והולך,

און אז דער בעש"ט האט דאס געזאגט האט ער זיכער געזעהן ווי די וועלט וועט אויסזעהן א דור נאך עם, צוויי דורות נאך עם, און זיבן דורות נאך עם ביז אין "דרא דמלכא משיחא", און האט משער געווען די אידן וואס ווועלן דעמולט זיין, און דאס אפגע'פטק'וט בהחלטה, און מיט א פס"ד גמור, אז די עצה לזה איז אז מ'זאל מוסיף זיין בתורת הבעש"ט, ביז וואנעט עס זאל דערגרייכן אין חוצה, און מפיץ זיין אין אן אופן אז היינט זאל נטט זיין ווייניגער ווי נעכטן, נאר מעלין בקודש, אין יפוצו המעינות,

און ווי דער אלטער רבי האט געגעבן די דוגמא אויף דעם, אז מ'דארף גיטן ארום און ארום און פון אויבן, און סוף סוף וועט איין טיפה אריין אינעווייניג, און דאס וועט מציל זיין ממות לחיים,

וואס דערפון גופא וואס דער אויבערשטער האט אויף דערוף אפגעגעבן זיין אבן טובה, אין וואס עס היינגט אפ דער גאנצער כתר מלכות (ווי דער רבי זאגט דאס אין משל), איז דאך פארשטאנדיק אז אויב מ'לאזט ליגן אט דדי רפואה אויפן טיש און מ'וועט עס ניט נוצן, קומט אויס אז מ'איז מבטל דאס וואס מ'צורייבט דעם כתר מלכות - דעם אבן טוב, און מ'טוט ניט דאס וואס דער אויבערשטער וויל מ'זאל דערמיט טאן - אז מ'זאל פרואוון היילן און מציל זיין זיינעם א קינד ממות לחיים ממש, איז אט דאס וויל מען ניט טאן,

און דערפאר איז דער ציווי אז מ'זאל טאן ביז אפי' אין מס"נ, ווי רבותינו נשיאנו זאגן אז מדור לדור זאל מען נאך מוסיף זיין אין תורת הבעש"ט, ך

- ו-ו

וואס דאס איז תורת החסידות, און דאס דוקא אין אן אופן ווי כל התורה כולה, אז "לימוד מביא לידי מעשה", וואס דורך דערוף פירט מען אוים דעם אויבערשטנם רצון אין אונזער דור, אויף דורך פירן א דירה לו ית' בתחתונים דורך אראפנעמען עצמות וואס דאס גיט ער דאך סתים דקוב"ה דורך סתים דאורייתא דערגרייכט דאס אין סתים דישראל ווי ער זאגט אין זהר, און דער סתים דישראל פארבינדט זיך דורך דעם נאמען ישראל, כמבואר לעיל אין דעם משל, מיט דעם גליא דישראל, און מאכט עם סוף כל סוף פאר א בעל תשובה בפועל, ניט נאר אין מחשבה ודיבור, נאר אויך אין מעשה בפועל,

און דער צינור - די כלי אויף דעם - האט אויכעט געגעבן דער בעש"ט אז דאס דארף זיין דורך "אהבת ישראל", דאם איז אויך א חלק און א תוצאה פון דער תורה הכללית פון עצם שליחות הבעש"ט, ווארום וויבאלד אז זיין ענין איז געווען דער דערוועקן דעם עצם הנשמה ביי יעדער אידן, איז דאך מובן אז דאס וואס ס'שטייט אין תניא "שכולן מתאימות ואב אחד לכולנה" איז דאס אפי' א נשמה כמו שהיא מלובשת בגוף, עאכו"כ אין עצם הנשמה וואס דאס איז דאך דער חלק מן העצם - וואס דאס איז דער גאנצער עצם, ווארום מ'קאן ניט מחלק זיין צווישן איין חלק פון דעם עצם מיט א צווייטן חלק פון עצם,

איז דאך דערפון מובן וגם פשוט אז מה דאך אז ס'איז דא אהבת עצמו וויסנדיק נגעי לבבו, עאכו"כ אז די אהבת עצמו דארף זיין צו דעם עצם הנפש פון א צווייטן אידן, וואס מ'דארף עם דערוועקן דורך תורת הבעש"ט,

איי וואס ס'איז דא די ענינים וואס קומען פון מחשבה דיבור און מעשה פון א צווייטן אידן וואס איז נאך ניט כדבעי למהוי ביז ס'קאן זיין אין תכלית הבלתי טוב, איז אויף דערוף זאגט ער דאך אין פל"ב אין תניא אז "כולי האי ואולי", אפי' אויב ס'וועט גארניט העלפן איז אויך לא הפסיד שכר מצות אהבת ריעים, עאכו"כ אז מ'געפינט זיך אין דער צייט נאענט צו ביאת משיח, וואס דעמולט דארף דאך זיין דער קיבוץ כל ניצוצי קדושה שבכל מקום שהם, איז דאך זיכער אז ס'איז לייכטער דערקלאפן זיך צו אן אידן - צו זיין עצם ופנימיות הנפש.

איז בשעת מ'גייט מיט דעם "ואהבת לרעך" - מיט דעם אהבת עצמו צו דעם עצם הנשמה פון דעם צווייטן,

איז אט דעמולט דערקלאפט מען זיך צו עם - "דופק פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי" און ער פועל'ט ביי עם אז דער סתים דנשמה זאל זיך אנהויבן דורך שפארן מיט דעם "יפוצו" אין דעם חוצה פון דעם צווייטן אידן, אין זיין מחשבה און דיבור ומעשה.

ביז וואנעט ער מאכט אז "לאט לאט אגרשנו" אז ער ווערט א בעל תשובה במעשה בפועל, און אויך אין אן אופן פון מוסיף והולך - מוסיף ואור,

און דאס איז אויך וואס כללות הענין פון דעם בעל ההילולא איז געווען אויף מפיץ זיין תורת החסידות בכל מקום שהוא, און ניט דווקא אין די אותיות פון "רזין דרזין", נאר אויך פארטייטשן דאס אין סיפורי מעשיות ביז פאר- טייטשן דאס אויף זשארגאן, ביז פארטייטשן דאס אין דעם לשון של כל מדינה ומדינה, וואס דארטן געפינען זיך יהודים, כדי צו זיי זאל צוקומען אט דער אבן טוב שבכתר מלכות, און דערוועקן זייער עצם הנשמה,

און אט דעמולט גלייך אנהויבן דעם צווייטן צד, אז דורך אהבת ישראל דערציילט מען עם דעם גודל התוקף וואס ס'ליגט ביי עם, און די רייכקייט, אז ער זאל זיך ניט לאזן פארפירן פון "גלעזאלאך" בשעת ער קאן האבן די אבנים טובים ומרגליות,

וכידוע די חודה פון בעש"ט: (כש"ט (קה"ת) ע' 26) "תפלה לעני כי יעטוף ולפני הוי' ישפוך שיחו", אז בשעת מ'גייט צו דעם מלך קומט מען פריער אן אין עוד הבירה - אין דער הויפט שטאט - דערנאך קומט מען אין הר הבית - דארט וואו ס'געפינט זיך דער היכל המלך, און דערנאך גייט מען דורך כמה וכמה חדרים ביז מ'לומט צו דעם קיטון - צו דעם חדר וואו דער מלך געפינט זיך, וואס אט די וואס געפינען זיך אין עיר המלך זעהען אזוינע ענינים יקרים, וואס מ'זעט דאס ניט אין אן עיר השדה, ועאכו"כ במדבר, דערפאר איז עלול אז לומענדיק אין עיר המלך זאל מען זיך אזוי פאר שיכור'ן מיט די ענינים יקרים וואס ס איז דא מחוץ להיכל המלך, אז ער זאל דערביי בלייבן,

ביז וואנעט אז דער וואס האט דעם כח המעשה און ער ווייס וואס אויף דעם ווארט, פארבייט ער ניט די ענינים טובים ויקרים וואס איז דא אין עיר המלך נאר ער דערגרייכט ביז צו היכל המלך, וואס דארט איז דא ענינים עיר זיינען שלא בערך טייערער און הייליגער ווי אין עיר המלך,

דארף מען האבן א הוראה מיט א התחזקות אויף ניט אפשטעלן זיך דערביי נאר גיין ווייטער, וואס דאס דארף מען באווארענען אפי' ביי אזא מין וואס ליז א לדוש וטהור, מצד ענינים קדושים וטהורים וואס ס'איז דא אפי' מחוץ לקיטון וואס דארטן זיצט דער מלך.

און וואס איז די גאנצע מעלה פון תפלה לעני, אז ער בעט און ער וויל ו "לפני הוי' ישנוך שיחו", ער איז מוותר און איז מוחל די אלע גוטע זאכן אואט זיינען באמת גוט, נאר ניט דאס איז דער עצמות המלך, ער בעט ביים מלך איין זאך אז עס זאל קאנען זיין דער "ישפוך שיחו" פאר עם אליין, און בא וועמען איז דאס מערער עלול אז ס'זאל זיין בגלוי, אז ער זאל זיך ניט אפ- האלטן בא די ענינים שלפני זה, איז דאס דווקא ביי אן עני, אז מצד דט פפר ביטערקייט וואס ער געפינט זיך "בארץ צי' ועיף בלי מים" ככל הפירושים שבזה איז אט די פארביטערקייט פועל'ט בא אים א דערר התאוה אפי' תאוה דלדושה, און ער וויל האבן מערניט ווי איין זאך - ווערן איין זאך מיט די מציאו, דהאמיתי, וואס דאס איז דער "לפני הוי'", העכער אפי' נאך פון "הוי'" וואס דאס איז הי' הוה ויהי' כאחד.

און דאס איז אויך א נקודה און א תוצאה פון כללות תורת הבעש"ט,. אז כדי צו קענען באנעמען די גוטע זאכן וואס איז דא אין עיר המלך אי, דדא אזא מין וואס ער האט דאס שוין מצד עבודתו אדער מצד דעס וואס ער האט דערגרייכט נעכטן, אדער היינט אין דער פרי, וועט עד זיך דערביי ניט אאט האלטן, ס' קאן אבער זיין אז מ 'וועט אריינגיין אין היכל המלך ווערטט ר פארבלענדעט און פאר שיכור'ט און בטל, מצד די לדושה ורוחניות וואס ס'איז עם צוגעקומען אין אן עולם העכער ווי ער איז געווען היינט, און אט אזוי גייט מען חדר לפנים מחדר, און מ'זאגט עם אן - הער זיך איין, דו דארפסט געדיינקען אז וואס איז דיין תכלית - "לפני הוי'".

שרייט זיין נפש געוואלד, ער זעט אזוינע ענינים יקרים, וואס זאל ער לויפן ווייטער, ער דארף גאר בעטער ניט האבן ווי דאס איז אין עולם האצילות, נאך וואס דארף ער גיין אין עולמות האין סוף?

זאגט מען עס ניין - "לגדולה מזה נוצרת", וואלסטו געווען א מלאך, אדער א חי' מחיות הלודש, שרמים, ואופנים, איז דעמולט פאר דיר גענוג אין עשי' רוחנית - יצירה, בריאה, אצילות, עולמות אין סוף,

מיד דערוף וואס דער בעש"ט זאגט, און חסידות איז דאס מבאר בארוכה, אדי דו ביסט א "חלק אללה ממעל ממש", היינט וואס פאר א באטרעף האבן בא דיר די אלע ענינים וואס געפינען זיך אין עולמות, אפי' אין די דעכטטע שולמות וואס לאנען זיין, בשעת ס' פעלט דער עיקר - דער "לפני ה' ישמוך שיחו ".

און דעמולט בסעת ער געדיינקט, און האלט זיך אן בא זיין עצם הנשמה, דערגרייכט ער ביז דעם "לפני ה'" און בדרך ממילא האט ער דערנאך דעם גאנצן סדר השתלשלות - "ותגזר אומר ויקם לך" (איוב כב, כח) ער שטעלט אויף דעם גאנצן בנין פון כל העולמות..

ועאכו"כ אז אזוי קומט דאס אראפ אין ענינים דלמטה: אז ס'קומט צו גיין דער יצה"ר און הויבט עם אן פארשטעלן די גוטסקייט וואס ער. קאן האבן אין עניני עולם הזה, אז אויב ער וועט נאר פארבייגן אויף א דקדוק קל של דברי סופרים, אדער אמאל אויף א גרעסערע זאך - אויף אן ענין דרבנן ודאורייתא, וועט ער דערפאר האבן עשירות, ובראש השולחן יושיבוהו - און מ'וועט עם זעצן אויבן אן, און מ'וועט עם געבן א גרויסן טיטול, און ער וועט האבן תאוה, און כבוד, און ממון, און אשה ובנים, און כל הענינים וואס ס'קאן זיין בעולם,

דארף מען זיך גארניט דינגען אויף מסביר זיין אז דאס איז לדברים רמים, נאר מ'קען צו עם צוגיין מצד אהבת ישראל און זאגן עם - הער זיך איין, דו האסט ביכולת האבן כמה פעמים ככה - מ'גיט דיר א גלעזל ווען דו קענסט האבן אבנים טובות ומרגליות, און ניט נאר די קאנסט האבן איין אבן סובה ומרגלית, נאר קאנסט האבן אלף אלפים ורבוא רבבות, און דו קאנסט האבן דעם גאנצן ענין אין אן אופן פון בלי גבול.

איז דאך א רחמנות אויף דיין גוף ונפש הבהמית זאלסט זיך באגנו- געגען מיט א פרוטה של נחושת, בשעת דו קאנסט האבן כל טוב - אפי' כל טוב גשמי, .

און דעמולט בשעת מ'ווערט ניס מיד צו רעדן מיט עם, און אין אן . אופן פון דברים היוצאים מן הלב, איז סוכ"ס דערוועקט מען בא עם עס זאל זיין דער שלא לשמה, אבער אין דער שלא לשמה פון א אידן איז דאך דא א "תוך" - א אינעווייניגסטע, ווארום ווי גערעדט פריערט אין יעדער זאר פון א אידן ליגט דארט זיין תוקף, וואס דערפאר איז "בבואה דבבואה אית להו" (יבמות קכב, ב), און זיי קאנען אנרירן ביז אין קודש הקדשים,: סיי אין טוב און סיי להיפך, איז אין דעם שלא לשמה דערוועקט ער דעם "תוך" שבזה, און ער שלעפט עם אריין אין לשמה, און דאס איז אויך ניט מספיק, נאר ביז ער שלעפט עם אריין אין "לפני ה' ישפוך שיחו".

און דאס איז דער מוסר השכל כפשוטו וואס חסידות איז מבאר, אז מ'דארף זיך ניט דינגען: געלט זאל זיין געלט, און כבוד זאל זיין כבוד, אבער די קאנסט האבן די אלע ענינים כמה פעמים ככה, דו דארפסט נאר ביישטיין דעם נסיון און ניט לאזן זיך אפנארן פון א גלעזל, און פון א ליידיגע כלי, וואס זי איז מערניט ווי מראות זהב, דאס איז אבער ניס זהב, ווארום זהב איז לא נברא אלא בשביל ביהמ"ק (שמו"ר רפל"ה), און דעמולט וועסטו אויך האבן זהב כפשוטו,

איי איז דאך די קוסי' מ'נארט אים אריין אין "שלא לשמה", איז אויף דערוף זאגט מען אז כולי האי ואולי ווי ס'פסק'נט אפ דער אלטער רבי אין הלכות ת"ת (פ"ד ה"ז), אז ס'איז דא דעות צי מעג מען מלמד זיין תורה לתלמיד שאינו הגון, איז דאס אלץ בהנוגע צו דעם רב - און אין דערוף איז אויך דער פס"ד אז ער דארף איס מלמד זיין, בנוגע אבער צו דעם תלמיד דארף ער לערנען אין וואס פאר א מעמד ומצב ער געפינט זיך,

און ס'איז א דבר ברור אז "המאור שבה מחזירו למוטב" (שם ה"נ),

וועט מען אים קענען נעמען מיס לשמה איז דאך געוויס גוט, און טאמער ח"ו לפי שעה ניט, איז אט דעמולט די הסברה אז ער קען האבן כל טוב גשמי כפשוטו, ער זאל נאר ביישטיין דעם נסיון זיך ניט לאזן פאר- נארן, אז מען וועט אים מאכן פאר א ראש אויף עטלעכע טיפשים, און אזוי קען ער ווערן א ראש אויף כו"כ חכמים, ועד"ז ניט האבן א פרוסה נאר האבן אלף אלפים ורבוא רבבות דנדי זהב, און אט אזוי שלעפטס מען אים אריין אין דעם שלא לשמה און פון דארטן אין דעס תוקף פון דעם לשמה.

און ס'מאכט פון דעם צבאות ה', וואס מיט זיי וועט בקרוב מקויים ווערן דער יעוד, אז "הוציא ה' את בנ"י מארץ מצרים על צבאותם" (שמות יב, מא), ע"י משיח צדקנו.

צוה לנגן רחמנא דעני.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
10 Shevat 5720 (8 February 1960)
Events
10 Shevat
Id
rh-4a4q3265

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1QpqPIpLfVLmx2x8e3Kk-uG…