שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ז
ח. כנהוג בעולם, אז בזמני הקיץ איז מען ממעט פון לערנען, און אויך די סקולס זיינען אינגאנצן געשלאסן, וואס מצד דעם איז אפילו אין די ערטער וואו מען לערנט אויך זומער קען מען ניט מאנען אויף אזוי פיל בא די קינדער זיי זאלן לערנען זומער, ווארום בכלל צו פארט מען זיך אין די מחנות, האט מען דאך מייסד געווען מחנות, אין וועלכע עס פירט זיך די ענינים פון חיזוק בריאות הגוף ווי אין אנדערע מחפות, וביחד עם זה לערנט מען דארטן תורה. וואס די מחנות האט מען רופט זיך אויפן בעש"ט'ס נאמען (גן ישראל), וואס דאס איז דאך די שיטה פון בעש"ט - עזב תעזב עמו.
אזוי איז דאך אויך דא מחנות פאר מיידלאך. וואס אויך נשים הגם זיי זיינען פטור פון לימוד התורה אלעס מצות תלמוד תורה, אבער אעפ"כ דארפן זיי דאך לערנען אויף צו וויסן די דינים אין וועלכע זיי זיינען מחוייב, אזוי ווי מל"ת און מ"ע שלא הזמן גרמא, אויך דארפן זיי דאך וויסן די יסודות היהדות צוליב חינוך הילדים והילדות וואס איז איין זייער הענט, אויך זיינען זיי דאך מחוייב במצות יחוד ה', אהבה ויראה, איז אזוי ווי עס דארף דאך זיין דער חנוך לנער עפ"י דרכו, איז פאראן מחנות אויך פאר מיידעלאך.
און דער אויבערשטער זאל געבען, אז די ילדים וילדות זאלן האבן א געזונטן זומער און מען זאל דאס אויסנוצן אויף מאכן פון די גשמיות רוחניות, אז דער זומער זאל צוגעמבען א תוספות חיזוק בתומ"צ.
און די מעלה פון די מחנות איז, אז בשעת דער קינד געפינט זיך לעבן זיינע עלטערן, איז דאך פאראן עלטערן ועלכע האבן רחמנות אויף די קינדער, און מען נוצט אויס דעם רחמנות שלא במקומו (וע"ד אז פון גודל רחמנות וחיבה איז מען מחבק דעם קינד ביז מען צוקוועטש אים ר"ל) און מען טענה'ט אז ער איז פארמאטערט פון דעם גאנצן יאהר, במילא זאל ער ניט לערנען קיין סאך, און וויפל איז דער שיעור פון זא סאך, שאצט עס אפ א מחמיר. משא"כ אז די קינדער וועלן זיין אין די מחנות וועלן זיי לערנען תורה כדבעי, ווי דאס איז עפ"י תורה, וואס זי איז א תורת חיים, ד.ה. אז זי טראכט אויך וועגען דעם לעבן און געזונט פון אמענטשן, און בשעת מען וועט לערנען תורה, וועט עס ברינגען חיזוק בריאות הנשמה ובמילא אויך חיזוק בריאות הגוף.
א נקודה נוספת אין דעם: ס'איז פאראן אזוינע וואס בשעת מען רעדט מיט זיי וועגען א הוספה בלימוד התורה, טענה'ן זיי, אז זיי זיינען פארנומען, דא איז ער פארנומען מיט דאגת הפרנסה, דא איז ער פארנומען מיט דאגה'נען וועגען זיין אינגעל ווי עס פירט זיך מיט אים אויף דער מלמד, צי ער קושט אים צי ער שלאגט אים בימי הקיץ אבער וואס וז אלע ענינים זיינען אראפ, זאלן זיי אויסנוצן די צייט אויף צו מוסיף זיין בלימוד התורה.
(נתן משקה למנהלי גן ישראל שיחלקו קצת על אתר (לאלו שיסעו למחנם) והשאר לחלק במחנם, וכן למנהלי המחנה עבור הילדות. כן נתן משקה עבור לחלק לאנ"ש שבעיר).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-xwfswxqb
Copies
Recent activity
Sources
- drive