אחש"פ
אחש"פ, שיחה יב
יז. די מעלה צו וועלכע מען וועט צוקומען לעתיד, וועט עס זיין דורך עבודה אין רגלים, כמ"ש בנהר יעברו ברגל. וואס רגל איז דאך ענינים פשוטים. און דורך די ענינים פשוטים פון רגל דוקא, שזוהי עיקר העבודה שקודם הגאולה, וואס דאס איז דאך אויך דער לשון עקבתא דמשיחא, דורך זיי דוקא וועט מען צוקומען צוס גילוי דלעתיד.
די כללות ההכנה לביאת המשיח איז דאך יפוצו מעינותיך חוצה, איז אויך אין דעם ענין, איז דער עיקר דערפון די עסי' בפועל, בחי' רגל. ומזמן לזמן, וואס מען ווערט אלץ נעענטער צו משיח'ן מאנט מען מערער די עסי' בפועל פון הפצת המעינות.
וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון התייסדות תו"ת, בכדי אז די תלמידי התמימים זאלן זיין נרות להאיר, וואס אין דדי פריערדיקע דורות האט זיך דאס ניט געמאנט אויף אזוי פיל,
נאך מערער איז דאס געווארן בדורו סל כ"ק מו"ח אדמו"ר וואס ער האט מערער געמאנט דעס ענין מען זאל זיין נרות להאיר את חושך העולם, ובדורו גופא איז משנה לשנה האט זיך אלץ מערער געמאנט עבודה הנ"ל.
דער רבי האט אמאל געזאגט אז עשר גלויות גלתה ליובאוייטס, און האט אויס גערעכנט אלע גלויות בפרטיות אנהויבענדיק פון רוסטוב ביז צום גלות ארצות הברית, איז. משנה לשנה האט מען אלץ מערער געמאנט דעם פועל ועסי' פון הנצח המעינות.
וומצד דעם איז אויך איינגעפירט געווארן דער ענין התהלוכה וואס מען גייט בכל רגל ורגל, אויף להפיץ את המעינות, און ממשיך זיין די מעינות אויך ביז למטה מטה אין חוטב עציך, אויף פארבינדן זיי מיט די מעינות פון חסידות.
די תהלוכה וואס מען איז געגאנגן נעכטן האט זיך אנגעהויבן שביעי של פסח און אריינגעצויגן אין אחרון של פסח, איז דאך דא פארבונדן סיי די שמחה דפסח סיי די שמחה פון שס נשמחה בו.
די אלע וואס זיינען געגאנגען אין דער תהלוכה זאלן זאגן לחיים און זאגן א פריילעכן ניגון, און זיי. זאלן זוכה זיין גיין בקרוב ממש צוס בנהר יעברו ברגל שם נשמחה בו.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-sghtaa2x
Copies
Recent activity
Sources
- drive