תבא, ח"י אלול
תבא, ח"י אלול, שיחה א
בס"ד. שיחת ש"פ תבא ח"י אלול, תש"כ.
א. אויפון פסוק קומי אורי כי בא אורך איז פאראן א תורה פון בעש"ט, וואס די תורה האט מען איבערגעגעבען כ"ק מו"ח אדמו"ר בשם אביו כ"ק אדמו"ר נ"ע וואס ער האט איבערגעגעבען די תורה פון בעש"ט וואס ער האט עס געזאגט שוין זייענדיק אין גן עדן, און די תורה האט ער געזאגט פאר נשיאי ישראל.
נשיאי ישראל וועלכע לייגן אוועק זיך אן א זייט און גיבן זיך אפ מיט יענעם,. איז וואס וועט זיין מיט זיי אליין, אויף דעם זאגט ער קומי אורי כי בא אורך, אז עס וועט זיין ניט נאר דער אור הכללי נאר אויך דער אור הפרטי.
אע"פ אז די תורה האט דער בעש"ט געזאגט פאר נשיאי ישראל; איז אבער פון דעם וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט עס דערציילט און איבערגעזאגט די תורה בהתוועדות גדולה, איז א ראי' אז דאס האט א שייכות צו אלעמען.
ווארום בא יעדער איינעם איז דאך דא די מצוה פון הוכח תוכיף את עמיתך, וואס דאס איז בדוגמת די עבודה פון נשיאי ישראל.
אע"פ אז לכאורה איז ניט שייך צו שטעלן אין דעם די שאלה פון וואס וועט זיין מיט אים אליין, ווארום דאס גופא וואס ער איז מוכיח דעם צווייטן, איז דאך דאס א מצוה פאר אים אליין, וואס ער איז מקושט מצות תוכיח - אבער עד"ז איז דאך די זעלבע זאך בנוגע נשיאי ישראל, שנשיאות הו"ע המלוכה, אז אע"פ אז זיי גיבן זיך אפ מיט א צוויסן, זיינען זיי אבער דערמיט גופא מקיים א מצוה.
ווארום וויבאלד אז ס'איז דאך דא א מצוה שום ששים עליך מלך, וואס די מצוה קען מען דאך ניט אויספירן סיידן אז עס זאל זיין דער וואס זאל אן נעמען אויף זיך אויף ווערן א מלך, איז דאך דערמיט וואס ער איז מקבל אויף זיך מלוכה, איז דער זיך משתתף וגורם מצות מינוי מלך. וע"ד בענין ברכת כהנים איז פאראן א סברא אז די מצוה איז ניט נאר אויף די כהנים נאר אויך אויף די ישראלים, ווארום וויבאלד אז עס קען זיך ניט אויספירן ברכת כהנים סיידן אז עס זאל זיין א מתברך, איז דאך די מצוה אויך אויף זיי.
לבד זאת, איז דאך פאראן אויך די מצות המלך, וואס נאך מערער איז, אז דער ז מלך דורך דעם וואס ער איז מקיים זיינע מצות איז ער דערמיט מוציא את כל ישראל. ד.ה. נוסף אויף דעם וואס בכלל מיט יעדער מצוה וואס א איד טוהט, טוהט זיך דאס אויף לכל ישראל, מצד ענין הערבות אדער מצד דעם וואס כל העולם שקול: איז בשעת ער איז מקיים א מצוה ווערט א זכות לכל ישראל, איז במצות המלך דער ענין נאך מערער. ווארום דארטן איז דאך דער פשט אז די מצוה טוהט ער אליין, מערניט וואס דער אופטוא וואס עס טוהט זיך אויף פון דער מצוה איז פאר אלעמען, משא"כ דא איז דאך ידוע אז יעדער איד דארף מקיים זיין כל התרי"ג מצות, און די מצות המלך איז דער מלך מוציא את כל ישראל, איז דאך ניט נאר דער אופטוא, נאר די עשיית המצוה עצמה, איז עבור כל ישראל.
ועפי"ז איז ניט מובן, וואס איז די שאלה וואס וועט זיין מיט די נשיאים, וויבאלד אז דערמיט זיינען זיי דאך מקיים א מצוה?
נאר דער פשט דערפון איז, אז אין עשיית המצות איז פאראן (א) וואס דורך דעם קיום המצוה פירט מען דורך דעם רצון העצמות. (ב) מען איז ממשיך המשכות והשפעות. איז אע"פ אז די השפעות זיינען מערניט ווי אורות וגילויים און ס'איז באי"ע צום ענין העיקרי שבמצות, וואס דער ענין העיקרי איז דאס וואס מען איז מקיים רצון העצמות, איז אבער דער רצון העצמות געווען אז דורך די מצות זאל מען ממשיך זיין אויך אורות וגילויים. און וויבאלד אז דאס איז דער רצון, איז בשעת אז דאס פעלט, פעלט דאך יעמולט מעיקר ענין המצוה. .
וואס דאס איז אויך דער ענין פון אחד יוצא להוראה, דענין ההוראה איז דאך אין עולם המעשה דוקא. וואס מען קען דאך ניט אפלערנען קיין הוראה פון סתם א הלכה נאר דוקא אויב מען האט עס געפסקנט הלכה למעשה. און לאידך גיסא, איז דאך דוקא דער ענין פון הלכה למעשה דערלאנגט בבחינה נעלית ביותר, כמבואר בארוכה בהמשך יו"ט של ר"ה (תרס"ו) במעלת ההלכה אז עס נעמט זיך פון שם הוי', ניט פון אלקים און אויך ניט פון אלקים חיים שהו"ע ספירת הבינה, נאר פון שם הוי' דוקא, כמ"ש והוי' עמו וארז"ל שהלכה כמותו.
וואס דאס איז אויך וואס ער איז מסיים אין פסוק, וכבוד הוי' עליך יזרח, וואס דער איז דערמיט מבאר דעם גודל העילוי פון קומי אורי גו', אז מען קומט צו לבחי' הוי'.
וואס דאס איז דער כללות הענין פון התגלות הנשיאים (חסר קצת) וגילוי המשיח, וואס פון איין זייט געפינט מען אז עס וועט זיין א ירידה למקום הנמוך ביותר, ווארום וועגען ביאת המשיח שטייט דאך היום אם בקולי תשמעו, וועט דאך מוזן זיין דער בקולי תשמעו בא יעדער אידן, אפילו בא דעם אידן וואס געפינט זיך בשפל המצב ביותר, ווארום דאס איז דאך דער חילוק פון די גאולה העתידה ביז די פריערדיקע. גאולות אז אין די פריערדיקע גאולות זיינען ניט ארויס אלע, אבער אין דער גאולה העתידה וועלן דאך אלע ארויסגיין פון גלות, וועט דאך זיין בקולי תשמעו בא אלעמען, ולאידך גיסא איז דאך גילוי המשיח תכלית העילוי, וואס משיח איז דאך ניט נאר רב נאר אויך מלך (חסר קצת).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 18 Elul 5720 (10 September 1960)
- Events
- Ki Savo, 18 Elul
- Id
- rh-sd4xk1pt
Copies
Recent activity
Sources
- drive