וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת
וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה ו
ו. בשעת ער הייבט אן ריידן וועגען חלומות פרעה, הייבט זיך אן באלד מיט שבע פרות, אן קיין ענין פון עבודה, ווארום אין לעו"ז איז דאס ניט נוגע, וויילע אין דעם איז ניטא קיין תכלית, דער גאנצער ענין איז מער ניט
קדושה, איז דער תכלית אין איר אליין, אז מען רעדט וועגען א אידן וואס ער איז א חלק אלקה ממעל ממש, איז אזוי ווי אין דעם אויבערשטען איז דאך ניט שייך זוכן דעם תכלית אין אימצן אנדערש, ער אליין איז דאך דער תכלית אין השלימות, אזוי אויך א נשמה, איז דער תכלית אין איר אליין, און אזוי ווי למעלה זאגט מען אז כת איז ניט חסר פועל, אזוי אויך אין א נשמה האט זי כל השלימות אויך בפועל, מער ניט וואס ס'איז בהעלם און מען דארף דאס מגלה זיין, און דער גילוי דארף קומען דורך עבודה דוקא, בכדי עס זאל ניט זיין קיין נהמא דכיסופא.
דאס איז בשעת עס רעדט זיך בנוגע קדושה וואס אין דעם איז דא א תכלית, משא"כ לעו"ז וואס כל ענינה איז נאר א דבר טפל צוליב עפעס אנדערש, איז דאך דאס מער ניט ווי א ענין המקבל פעולה דורך וועלכע עס פירט זיך דורך א געוויסער תכלית, איז דאך דאס אליין ניט קיין ענין פון תכלית און שלימות, איז אין דעם ניט נוגע קיין עבודה, ווארום אפילו בשעת אז ס'קומט יע דורך עבודה, איז דאך דאס אויך ניט קיין מציאות מער ניט ווי א טפל צוליב עפעס אנדערש.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 25 Kislev 5720 (26 December 1959)
- Id
- rh-ftnz41t7
Copies
Recent activity
Sources
- drive