ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל
ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל, שיחה ג
ג. די אנווייזונג פון דעם איז א קלארע:
בשעת מען ראטעוועט זיך פון א מבול איז די ערשטע זאך וועגען וואס מען דארף קלערן איז אז עס זאל זיך ניט אומקערן ח"ו דער מצב וועלכער איז געווען, אז לא תקום פעמים צרה ח"ו, וואס דאס באווארענט מען ניט דורך בויען סתם א מטעם און סתם א מגדל, ניט טראכטענדדק וועגען קיין אינהאלט, נאר טראכטענדיק אבי די שטאט מיטן טודעם לאלו זיין אלץ גרעסער און העכער, ניט דורך דעם באווארענט מען דעם מצב, און בכדי אז די שטאט און טורעס זאלן האבן א קיום מוז מען אין דעם אריינטראגן א אינהאלט, וואס דאן בויעט זיך די שטאט בהצלחה און אויך די זאכן והעלכע שטערן, ווערן נתהפך אז אויך זיי זיינען מסייע.
עס איז דאך דא דער עיר ומגדל דקדושה, פראן דעס עיר וועלכער הייסט עיר אלקינו, וואס דאס איז אזא שטאט וועלכע עס האט אין זיך א קדושה'דיקן און א ג-טליכן אינהאלט, און אין איהם דארף זיין א מגדל, וואס דער מגדל פון שטאט איז א בית הכנסת ובית המדרש, ווי דער דין איז,
אז די אז די געביידע פון דער שול דארף זיין העכער פון אלע בנינים פון שטאט, און דאס איז דער מגדל פון שטאט.
אין קלערערע ווערטער הייסט עס: מען דארף בויען די ערטער פון שטאט אין וועלכע מען דאוונט און מען לערנט, וואס דאס זיינען בתי כנסיות בתי מדרשים און ישיבות, אין זיי דארף מען אריינלייגן דעס עיקר קואפט און ענערגיע, אז זיי זאלן זיין וואס גרעסער און וואס העכער, ווארום זיי זיינען דער מגדל פון שטאט, דער מגדל אויף וועלכן עס שטייט מגדל בו ירוץ צדיק, וואס דער מגדל פארהיט פון אלע שונאים, ניט נאר פון א אפענעם סונא נאר אויך פון א באהאלטענעם.
און בשעת מען טוט אזוי, האט מען ביידע זאכן, ערשטענס האט מען דעם שכר וואס מען פירט דורך דעם אויבערשטענס רצון און מען האט גרויס הצלחה אין דעס בנין פון דעם עיר ומגדל דקדושה, און אויך האט מען דעם טפל'דיקן שכר אז מען האט אויך דעם "ונעשה לנו שס" זייער נאמען ווערט פאראייביקט אין דער היסטרי' פון אידשקייט און פון תורה, אין דער היסטרי' פון צדק ויוסר, אז אין דער היסטרי' ווערט פארשריבן אז דער און דער האט געהאלפן אויף צו אויפבויען דעם נצחיות'דיקן עיר ומגדל.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 4 Cheshvan 5720 (5 November 1959)
- Id
- rh-fs3kp83y
Copies
Recent activity
Sources
- drive