עברית
Library

ליל שמח"ת, לפני הקפות

ליל שמח"ת, לפני הקפות, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

א. דער רבי האט דערציילט אין א שמח"ת דיקן פארבריי- נגען א תורה פון אלטען רבי'ן וואס ער האט געבראכט פון מעזריטש וואס ער האט איבערגעזאגט בשם הבעש"ט, אז אין פסוק שמע ישראל גו', זיינען דא צוויי אותיות רבתי. וואס זיי זיינען אויסגעטיילט דערמיט פון די אנדערע אותיות, די צוויי אותיות זיינען עיי"ן און דל"ת, וואס זיי האבן צוויי צירופים, עד און דע, און ער האט אפגעטייטשט, אז עד גייט אויף פנימיות הנשמה שהיא בחי' עד, און דער עד דארף זיין דע.

וויבאלד אז די תורה האט מען געזאגט דריי דורות נאך אנאנד, דער בעש"ט, דער מגיד און דער אלטער רבי, איז דאך דאס א חזקה, דענין החזקה איז אז עס האט א תוקף שלא תשתנה לעולם.

איז כאטש אז כל התורה ועניני' זיינען דאך נצחיים שלא ישתנו לעולם, פונדעסטוועגען, איז דאך פראן אין דעם חילוקים, דלא מבעי די מצות וועלכע זיינען פארבונדן מיט זמנים מיוחדים, איז כאטש זיי זיינען דאך נכלל במצות התורה שהם נצחיים, זיינען זיי דאך אבער פארבונדען מיט א זמן מיוחד, וכמו דער ענין פון שמע"צ ושמח"ת, וואס אע"פ אז זיי זיינען דאך גילויים נעלים ביותר, און זיי זיינען דדאך בכל שנה ושנה, איז דאך אבער ענינם מער ניט ווי אין די אכט און פערציק שעה.

לבד זאת, איז אויך די מצות וענינים וואס אין הזמן גרמא, איז אבער פראן אזוינע ענינים, וואס זיי האבן

צוטאן מיט ענינים פרטיים און מיט כחות פרטים של האדם, וכמו ענין ברכת הנהנין אדער ברכת המצות, זיינען זיי דאך פארבונדן מיט די הנאות ומצות פרטיות דוקא, און אויך אין דעם אדם רירן זיי אן נאר אין כחות פרטים, אין די כחות מיט וועלכע ער דארף מקיים זיין די מצוה.

ס איז אבער פראן ענינים וואס זיינען ניט פארבו- נדען מיט קיין ענינים פרטים אדער מיט כחות פרטים, און זיי זיינען בכל זמן ובכל מקום.

און איינע פון די ענינים איז מצות ק"ש, שמע ישראל וואס א איד דארף הערן און פארשטיין אז הוי' אלקינו הוי' אחד, וואס דאס איז דאך א ענין וואס ס'איז ניט פאר- בונדן מיט קיין ענינים פרטיים אדער מיט כחות פרטיים, און דערפאר האט דאס אויך ניט קיינע הגבלות, ס'איז בכל זמן ובכל מקום.

און ווי ער זאגט, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך, וואס דאס איז כולל כל הזמנים וכל המצבים, בשבתך בביתך, גייט אויפן זמן הבית, ובלכתך בדרך אויפן זמן הגלות, וואס אין דעם גופא זיינען פראן צוויי מצבים בחיי האדם, בשכבך, ווען ער איז פארשלאפן, ובקומך, ווען ער איז וואך.

און אין די אלע זמנים ומצבים דארף זיין מצות ק"ש וואס דער עיקר פון ק"ש איז דער ערשטער פסוק שמע ישראל כמבואר בגמרא, און פון דעם פסוק גופא איז דער עיקר די צוויי אותיות אין די צירופים דע און עד, וואס דערפאר זיינען זיי אותיות בולטים פון די אנדערע אותיות.

וואס

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Tishrei 5720 (24 October 1959)
Id
rh-eacy407b

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1yoQHl0pDVzB9t4DvaIh_5m…