עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. דער אויפטו פון דעם בעש"ט אז בכל אחס"פ איז ניט נאר קיין אפשריות לגילוי המשיח נאר ס'איז דא הארת המשיח ובפועל, איז א אויפטו ניט נאר לגבי די הארה פרטית פון משיח'ן המאירה באחס"פ, נאר דאס איז נוגע אויך בנוגע צום גאנצן כלל פון ביאת המשיח.

וביאור הדברים:

ס'איז ידוע אין דעם ענין וואס דער אויבערסטער האט געהייסן צו נביאים טאן פארשידענע פעולות בגשמיות מעין נבואתם, בכדי צו פארבינדן זייער נבואה מיט גשמיות העולם. ווארום בשעת אז די נבואה פארבלייבט אין דיבור הנבואה און זי פארבינדט זיך ניט מיט מעשה, יעמולט קען זיין אז בסיבות שונות זאל דאם פארבלייבן אלעמאל אין עולם הדיבור און קיין מאל ניט אראפקומען אין מעסה.

צי מצד עשיית תסובה, אדער פארקערט מצד סמא יגרום החטא, אדער מצד אנדערע ענינים קען די נבואה נמשך ווערן אין רוחניות און ניט אראפקומען אין גסמיות, וע"ד המבדאר בענין התפלה בכל יום, אז הגם ס' איז שוין אלץ נמסך געווארן ר"ה, אעפ"כ קען זיין אז די המסכה סבר"ה זאל זיין אין רוחניות און בכדי זי זאל נמסך ווערן אין גסמיות דארף מען האבן תפלה בכל יום.

און אזוי אויך בענין הנבואה, אז מצד כמה סיבות קען דאס פארבלייבן אין עולם הדיבור. דורך דעם אבער וואס דער נביא האט געטאן א געווייסע פעולה בגשמיות ובמעשה, איז דער פרט שלעפט מיט זיך מיט דעם גאנצן כלל פון דער נבואה, אז דער גאנצער כלל זאל אראפקומען אין מעשה..

וכמו"כ בנדו"ד: דורך דעם וואס הארה פרטית פון משיח'ן איז מאיר בכל אחש"פ בפועל, איז די הארה פרטית גורר נאך זיך דעס גאנצען כלל, און וי איז מקרב אויך כללות ענין ביאת המשיח, במהרה בימינו.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-pdkyhwxh

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…