חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה ב
ג. אין ענין הנ"ל רעכענט ער דאך אויס דריי ענינים, ניט קיין צוויי און ניט קיין פיר, גאר דריי ענינים,
והענין הוא, דכללות צרכי ועניני האדם טיילן זיך אין צוויי סוגים, פנימייים ומקיפים, פראן ענינים וואס דער מענטש נעמט עס אריין אין א פנימיות, והו"ע המזון, און פראן ענינים וואס אין א פנימיות קען מען דאס ניט אריין נעמען, נאר עס שטייט בבחי' מקיף, צי אין מקיף פון לבוש אדער א העכערער מקיף, מקיף דבית.
זאון דאס זיינען די צוויי ענינים פון ברכה מצוי' בעיסה און פון ענן קשור על האוהל, דעיסה הוא מזון, בחי' פנימיות, ווארוס עיסה ולחם מיינט ניט דוקא דעם פרט פון לחס, נאר כללות ענין המזון נקרא בשם עיסה ולחם, כמ"ש עבד לחס רב, און אוהל איז דאך בחי' מקיף. ובעבודה איז דאס דער ענין פון עבודה שעפ"י טו"ד, בכל לבבך ובכל נפשך - פנימיות, און די עבודה שלמעלה מטו"ד, בכל מאדך - מקיף, ווארוס אין דער עבודה פון בכל מאדך גייט דאך דער אדם ארויס פון זיין ציור, דזהו"ע מה שמאד אותיות אדם ס'איז אבער אין א אנדער צירוף, והיינו אז בשעת ער קומט צו מאד דארף ער ארויסגיין מציור אדם, דזהו"ע המקיף.
וואס דאס אלץ איז דאך די עבודה אין ביידע ענינים הנ"ל פון פנימי ומקיף ווי דאס איז מצד האדם, איז בשעת אז דער אדם הארעוועט אין די צוויי עבודות כפי כחו, יעמולט גיט מען איס א תוספות ברכה מלמעלה בבחי' בל"ב, שתוספתו של הקב"ה מרובה על העיקר, אז עס ווערט ברכה מצוי' בעיסה וענן קשור על האוהל.
וכמאמר רז"ל יגעת ומצאת, אז לאחר וואס בא אים איז דא דער "יגעת" כפי כחו, דאן איז "ומצאת", דמציאה באה בהיסח הדעת, והיינו אז מען גיט אים מלמעלה א סאך מערער פון זיין יגיעה, באין ערוך.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-a2a8tbjy
Copies
Recent activity
Sources
- drive