ליל כ"ג אדר, בעת ניחום אבלים
בס"ד. ר"ד שדיבר כ"ק אדמו"ר שליט"א בעת ניחום אבלים אצל משפחת בוטמאן שליט"א
אור ליום ג' כ"ג אדר, תש"כ.
(הרש"ז שי' בוטמען שאל את כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"ד החשבון דט"ז קדישים לומר בכל יום, והלא החשבון עולה לי"ז, ואפשר שזה הי' קודם התקנה דאמירת תהלים? ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
וואס ארט דאס אז עס איז מער, דער עיקר איז עס זאל נישט זיין ווינציקער ווי טועכצן, ווייל עס שטייט אין זוהר אז איין קדיש העלפט נאר אויף אנדערהאלבען שעה, און במילא איז זעכצן קדישים מספיק אויף די כ"ד שעות, און דאס איז בימות החול וואס מיט תחנון איז פאראן דער חשבון, (שבת, אבער, דארף מען דאס ניט ווייל יעמולט איז נלטא דער גאנצער ענין).
דער ענין הטהרה איז דאך אין א מקוה, און אזוי איז אויך די ענינים וואס מען דארף לערנען אין דער צייט איז דאך דאס די משניות וואס עס רעדט זיך וועגען דעם ענין הטהרה, דורך מים.
דער ענין הטהרה איז דאך דורך מים, וואס דאס איז דאך וואס אדם הראשון איז אנגערופען געווארן מיט נאמען "אדם" ע"ש האדמה, ולכאורה איז נישט פארשטאנדיק, עס שטייט דאך אז דער אדם איז באשאפען געווארן עפר מן האדמה, איז פארוואס ווערט ער. אנגערופען ע"ש האדמה דוקא און נישט אויף די אנדערע שמות פון דעם ארץ?
דער הסבר אין דעם איז ווייל די מעלת האדם באשטייט נישט אין דעם עפר, ווארום דאס איז דאך פאראן אויך בא די אנדערע באשעפענישען, כי הכל הי' מן העפר, נאר די מעלת האדם באשטייט אין דעם ענין האדמה דוקא. און ווי עס ווערט געבראכט אין מדרש אז עס איז פאראן פארשידענע תקופות, די תקופה ווען די ערד איז טרוקען, און פאראן די תקופה ווען די ערד איז פייכט, ד.ה. אז אין דעם עפר ווערט אריינגעמישט מים, וואס יעמולט ווערט דאס אנגערופן אדמה, וואס דערפאר ווערט דער אדם אנגערופן ע"ש זה ווייל די עבודה דארף זיין אויף צו אריין מישען מיט אין דעם עפר, וואס דאס איז - אדמה. וואס דערפאר ווערט ער ניט אנגערופען ארץ, תבל, וכו".
און דערפאר איז בנוגע צו דעם ענין פאדערט זיך דער ענין הטהרה וואס דאס איז דורך מים, ווייל אין דעם ענין המיתה, ר"ל, ווערט דאך נפרד דער יסוד המים, איז פאדערט זיך דער ענין המים אויף צו מתקן זיין דאס.
און אויף אזויפיל איז דא די הדגשה אויף מים, אז מען זאגט אז יעדער זאך פון וואס מען קען נאר מאכען מים איז כשר למקוה, אזוי ווי מי שלג, מי מוהל, וכו', ביז אז עס איז פאראן א מ"ד וואס האלט אז אפילו דאס איז משנה דעם מראה מאכט ניט אויס, ווייל ער-האלט אז צבע איז ניט משנה די מציאות המים.
מים איז התאחדותם, ווי מיר זעהן אז מים פועל'ט א התאחדות, וואס אזוי איז דאך דער עפר תיחוח, אז איין חלק איז אפגעטיילט פון דעם צווייטען און בעת מען מישט אריין מים איז דאס מאחד, וואס דאס איז דאך געווען אויך דער ענין האדם וואס ער איז געווען די עיסה פון וועמען עס איז געקומען חלתו של עולם.
אויף דעם ענין פון די מי המקוה שטייט אין רמב"ם סוף הל' מקואות אז הגם דער ענין המקוה איז א גזירה, פונדעסטוועגען רמז יש בזה, וואס די מים מיינט דאס די מי הדעת הטהור, וואס די מי הדעת הטהור איז דאך דאס די דעה אין אלקות, וואס בשעת אז עס איז פאראן די דעה אין אלקות איז דאס דאך ממשיך פון דארטען א התאחדות למטה אז עס ווערט פון אלץ א רה"י, און עס איז נישטא קיין מקום אויף א דבר נפרד, און א ענין הפכי, וואס דערפאר איז דאך אויך אויף דעם ענין איז דער תיקון דורך מים ווייל דאס מאכט אויף אז עס זאל נישט זיין קיין ענין הפכי, און דאס טוט אויף אז עס זאל זיין די אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקא.
און מיט דעם וועט מען פארשטיין וואס עס שטייט טוב ללכת לבית האבל מלכת וכו' והחי יתן אל לבו, איז פאראן אין דעם א דבר פלא וואס דער רמב"ם שרייבט אין הל' אבלות אז דער ענין האבלות איז כדי אז מען זאל מאכן א חשבון, יפשפש במעשיו וישוב בתשובה, פרעגט מען אויף דעם וואו איז דער מקור פון דעס רמב"ם אויף דעם ענין, ווארום אין גמרא ווערט דאך דאס נישט געבראכט, נאר דער ענין איז, וואס דער תרגום אויפן פסוק טוב ללכת וכו' זאגט אז דאס איז צוליב דעם אז ער זאל זיך אריינטראכטען אין דעם און דורך דעם וועט ער קומען צו טאן תשובה, קען מען זאגן אז דאס איז דער מקור פון רמב"ם.
דער ענין פון תשובה איז דאך ווי עס שטייט אין לקו"ת אז דאס איז דער ענין פון והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה, וואס בעת עס איז פאראן די פארבינדונג מיט'ן אויבערשטען, וואס ער איז דער מקור החיים איז במילא איז מען יעמולט ממשיך חיים, וואס דאס הייסט אז עס דארף זיין די ז' ימי אבלות אבער נאך דעם דארף זיין די כוונה וואס אין דעם, וואס דאס איז די התבוננות און דער טאן תשובה וואס יעמולט פארבונד מען זיך מיטן חיי החיים און מען איז ממשיך חיים תמורת זה וואס עס האט זיך געפעלט דער ענין.
וואס דאס איז דאך אויך דער ענין המקוה אז די מים דעקט און נעמט ארום זיין גאנצע מציאות, וואס טבילה איז דאך אותיות הביטול, אז ער ווערט בטול און ווערט אויס מציאות, און זיין גאנצע מציאות פארבינדט ער מיטן אויבערשטען וועלכער איז דער מקור החיים, און ער איז ממשיך דארטען א תוספות חיים, וואס במילא ווערט שפעטער אויך למטה נמשך דער ענין החיים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Adar 5720 (21 March 1960)
- Id
- rh-7y9bmzjc
Copies
Recent activity
Sources
- drive