חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה ז
ח. מבואו בכמה מקומות אז עיקר עבודת האדם איז בירור המדות, נאר בכדי עס זאל זיין די עבודה אין מדות, מוז זיך דאס אנהייבן פון חב"ד און דאס קומט לבסוף אראפ אויך אין נה"י, אבער דער עיקר איז די עבודה בהמדות חג"ת, וואס דאס איז דער עיקר פון מענטשן, וואס מצד דעם ווערט ער אנגערופן בשם איש, וואס תואר איש גייט אויף מדות.
און אין דער עבודה פון מדות איז פראן כמה מדריגות ובכללות איז דאס אאתכפיא ואתהפכא.
וויבאלד אץ מען דארף טאן אין דער עבודה פון מדות. מוז ער זיך דאך מתבונן זיין אויף וויסן את פרטי מדותיו,
און גוט צו פאנאנדערקלייבן זיי, וואס איז מצד החסד און וואס איז מדת הגבורה וכו', וואס תנועת החסד איז התרחבות והתפשטות און תנועת הגבורה איז כיווץ וצמצום.
בשעת מען איז משבח א מענטשן רירט עם אן במדת חסדו, וואס מצד דעם שטייט ער דאך אין א התגלות התרחבות והתפשטות, לאידך גיסא, בשעת מען איז אים מבזה, רירט עם אן במדת גבורתו, וואס מצד דעם פועל'ט עס אין אים א כיווץ וצמצום.
וואס דאס רעדט זיך אפילו בא אזא וואס ער איז מנושא פון דעם וואס ער איז אים מכבד ומבזה, איז אויך אין אים ווירקט דאס, וכמסופר בגמרא וועגען א מלך אדיר וואס א מלך איז דאך מנושא מהעם ביז התנשאות עצמי, ומ"ם בשעת מען האס כארביי געפירט פאר איס זיינעם א שונא האט עס בע'פועל'ט א כיווץ אין אים ביז א כיווץ אין גופו הגשמי, וואס דאס איז דאך מער ניט ווי מען ווייזט איס זיינעם א שונא, דגה, אז ער דערזעט אז ס'איז דא א מציאות וועלכער איז אים מבזה, ומכש"כ בשעת יענער איז אים מבזה בפועל,. איז דאך א ודאי אז דאס פועל'ט אין אים א כיווץ.
דאם אלץ אבער איז בשעת ער שטייט נאך אין א מציאות, יעמולט איז בשעת מען איז אים מ כד רירט עם אן בכדת חסדו און בשעת מען איז אים מבזה רירט עם אן במדת גבורתו, דהגס ער האט געטאן אין דער עבודה פון בירור . המדות בבחי' אתכפיא ואתהפכא, פונדעסטוועגן איז ער נאך אלז א מציאות, בשעת אבער ער איז בביטול במציאות לגמרי, יעמולט רירט אים ניט אן ניט דאס וואס מען איז אים מכבד און ניט דאס וואס מען איז אים מבזה, דאס אי: בא אים בשוה
און דאס מאנט תורת הבעש"ט, עס זאל זיין דער שויתי הוי' לנגדי תמיד, אז אלע עניני מדותיו זאלן בא אים זיין בהשואה, און בשעת אימצער איז אים מבזה דארף דאס אים גאר ניט אנרירען, כאטש ער ווייס דאך פון זיינע מעלות - וואס דער רבי זאגט דאך אז כשם ווי מען דארף וויסן די אייגענע חסרונות אזוי דארף מען אויך וויסן די אייגענע מעלות - וואס ער האט געטאן אין אתכפיא ואתהפכא, און אעפ"כ דארף דאס אים אדנגאנצן ניט אנרירן, ווארום ער האט ניט קיין אייגענעם מציאות, הוי' לנגדי תמיד, איז בשעת עס רעדט זיך ניט וועגען דעם הוי' לנגדי תמיד נאר וועגען זיין אייגענעם מציאות, איז בא אים "שויתי", אלץ בהשואה, ווארום ער האט קיין אייגענעם מציאות ניט, אים רירט אן נאר דער רצון העליון.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-b8nez6x4
Copies
Recent activity
Sources
- drive