יו"ד שבט
יו"ד שבט, שיחה ד
ח. ס'איז דער מנהג שוין עטלעכע יאר י' שבט אז מ'זאל מאכן א מגבית אויף "קרן תורה", ד.ה. אויף לערנען תורה אן קיינע ענינים צדדיים,. אפי' ניט קיין תכלית של קדושה, אדער צוליב באקומען סמיכה, קבלה. והודאה וכיו"ב, מערניט ווי לימוד התודה צוליב לימוד אליין.
דאס איז זעלבסטפארשטענדליך ניט קיין סתירה צו דעם וואס מ'האט ערשט גערעדט אז די עבודה דארף זיין דוקא אין אן אופן פרטי, וואס. דערפאר דארף מען זיך אפגעבן מיט פרטי העולם אויף זיי איבערארבעטן, ווארום דאס איז דאך א הוראה כללית פאר יעדערן, אז ס'דארף זיין עבודה מפורטת, און ווי ער איז מבאר דער אופן ההתבוננות בזה אין קונטרס התפלה (ס"ה) און אין קונטרס העבודה (ס"ו) ובכ"מ,
וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז די התבוננות דארף זיין באופן פרטי דארף אויך זיין די עבודה באופן פרטי, אבער. אין דער עבודה פרטית איז דאך אויך דא א ענין פון לימוד התורה, איז אט דער לימוד התורה, ווי ס'באדארף צו זיין לתכליתו - דארף מען דער- ביי ניט זוכן קיין זייטיגע פארדינסטן, אפי' ניט קיין פארדינסטן פון צד הקדושה,
און ווי ס'האט זיך גערעדט בארוכה אין דעם נר החמישי, אז אין תורה איז דאך דא כמה ענינים, און ס'איז דאך "גדול לימוד שמביא לידי מעשה" (קידושין מ, ב), גאר כפשוטו, אז מ'מוז לערנען תורה כדי צו וויסן "את המעשה אשר יעשון", און די "אשר לא תעשנה"; און ס איז דא אין תורה א ענין וואס דורך דעם ווערט "עושה שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה" ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין (צט, ב), איז דאס אלץ ענינים וואס קומען ארויס ע"י לימוד התורה,
ס'איז אבער דא א ענין אין לימוד התורה אז ער לערנט תורה, און דאס אליין איז פאר עם גענוג, ער דארף ניט אנקומען צו נאך ענינים נוספים לזה, .
וואס דאס איז ע"ד ווי ס'איז "נר מצוה ותורה אור", וואס דער דין פון חנוכה איז אז "אסור להשתמש לאורה" (שבת כא, ב), ס'איז אור מערניט פאר זיך אליין, אבער נוצן דאס כדי צו מאכן שלום בית, אדער
- 78ו כדי צו זעהן וואס יא צו טאן אדער וואס ניט צו טאן דאס איז ניט די הוראה מיט די מוסר השכל פון נרות חנוכה.
דער לימוד פון נרות חנוכה בנוגע צו תורה איז, אז מ'דארף לער- נען תורה ווייל דאס איז "תורה אור", אע"פ וואס אין שימוש העלפט דאס עס ניט, ווארוס ער וויים דאם שוין, און אעפ"כ לערנט ער בהתמדה ושקידה מיט א חיות גדול ביותר, וואס דאס איז דער עיקר ענין לימוד התורה לשמה - לשם התורה עצמה, .
וואס דאס איז אויך דער ענין המגבית פון י' שבט, ספעציעל אויף דעס ענין פון לימוד התורה וואס איז ניט פארבונדן אויף לימוד לשם סמיכות, אדער לימוד לשם קבלה הודאה און שחיטה, אדער לימוד "לדעת את המעשה אשר יעשון", נאר לאחרי וואס ער האט דאס שוין, ווארום דאס מוז דאך זיין פריער, ס'איז דאך "ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי" (תהלים נ, אז), איידער ער קומט צו לימוד התורה לשם התורה, דארף ער דאך באווארענען אז ער דארף ניט אריין אין דעס סוג, און דאס איז דורך דערוף וואס ער האט געלערנט תורה, און ער וויים "את המעשה אשר יעשון", אבער צו דעס איז ער שוין צו געקומען, און האט שוין אויפגעטאן דער "שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה", און אעפ"כ איז ניט נאר וואס ס איז ביי עס ניט געווארן ווייניגער בהתמדה ושקידה, נאר אדרבה ואדרבה - איצטער לערנט ער ערשט תורה לשמה, און מיט א חיות גדול ביותר,
וכידוע דער סיפור וועגן בעש"ט, אז מ'האט א זאג געטאן אמאל אן ענין, האט מען געהערט אז הכריזו למעלה שאין לו חלק לעוה"ב, האט ער דעמולט געזאגט אז איצטער וועט ער ערשט קאנען לערנען תורה און מקיים ז זיין מצות ווי ס'דארף צו זיין, וואדוס ער ווייסט אז קיין עוה"ב וועט ער ניט האבן דערפאר,
וואס דאס איז דער עיקר ענין לימוד התורה לשמה - לשם התורה עצמה, אפי' ניט לויט דעם אופן פון "שלום בפמליא של מעלה ופמליא של מטה" וואס קומט דערפון ארויס, .
און דאס איז ביחוד דער מגבית פון י' שבט, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דא איז ניט נוגע מ'זאל מכריז זיין בפומבי אז, דער גיט א סכום כך וכך, און יענער גיט כמה פעמים ככה, וויבאלד אז דער ענין איז לשמה - לשם הענין עצמו, אן רווחים צדדיים, אפי' ניט רווחים דקדושה.
ך זעלבסטפארשטענדליך אז אויב ס'וועט זיין נוגע איינעס אז ער אוויל דוקא געבן און מ'זאל עס דוקא מכריז זיין, איז טאן א טובה א איד ווועט מען דאס אויך טאן, אבער מ'דארף וויסן אז ניט דאס איז דער עיקר ן.
און ווי ס'איז נהוג בשנים האחרונות אז די וואס ווילן אז מ'זאל זיי דערמאנען אויף דעם ציון בקשר להמגבית, קאנען אנשרייבן שמם ושם אמס אויף א פתקא מיוחדת, און דעס סכום, אדער די המחאה, אדער די הבטחה אויף א באזונדער פתקא, און מ'וועט זיי דערמאנען בל"נ אויפ'ן ציון,
און דער עיקר אז די געלט זאל דערנאך אוועקגיין בהצלחה, אז ס'זאל אויסגענוצט ווערן אויף לימוד התורה לשמה ווי עס דארף צו זיין, וואס דעמולט וועט מען מקרב זיין דעס עת וזמן אשר תאמר אין לי בהס חפץ, ווארוס דעמולט וועט ניט זיין קיין ענין פון שכר ועונש, ווארוס "כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם" (ירמי' לא, א) - "ואת רוח הטמאה אעביר מן הארץ" (זכרי' יג, ב) - אז ס'איז ניטא קיין נסיונות, ס'איז ניט
- 79ו שייכות דער ענין פון שכר ועונש ווארום מ'וועט טאן ענינים צוליב די ענינים אליין.
מסתמא וועט מען פאנאנדער טיילן די צעטלאך, און דער עולם וועט זאגן א פריילעכן ניגון, און מ'וועט געבן כנדבת לבו וביד רחבה, און נאך מערער, וכל המוסיף מוסיפין לו. סדאס איז אויך געווען איינע פון די ענינים פון בעל ההילולא, בנוגע ענינים בפועל, ווי גערעדט פריער אז בשעת דער רבי נ"ע האט געדארפט אויספירן א ענין בפרטיות, פלעגט ער דעמולט שיקן עם, און דורך עם דורכפירן דאס וואס האט זיך געדארפט דורכפירן, און אזוי איז געווען אין ענינים ציבוריים און אין עניני תומ"צ וכיו"ב.
וואס דאס איז אויך בכללות וואס מ'האט געפרעגט די שאלה פארוואס מ'האט געשריבן (בהמכתב כללי דיו"ד שבט תש"כ, נדפס בלקו"ש ח"ו ע' 90?), "ששי בשבט" און ניט "וא"ו שבט"?
נאר דער אונטערשייד איז, אז ס שטייט א וא"ו האט דאס צוויי פירושים: אדער דאס גייט אויף ספירת התפארת, אדער אויף ספירת היסוד, דער אונטערשייד איז אז דאס איז א וא"ו רבתי, אדער א וא"ו זעירא, אבער אז ס'שטייט א וא"ו בינוני גייט דאס בעיקר אויף ספירת התפארת וואס דאס איז תורה וששה מדות,
אבער בשעת ס'שטייט "ששי" איז א חוץ דערוף וואס דאס איז כולל ששה מדות, וואס יסוד איז דאך כולל כל המדות כולם, איז דאס בעיקר מורה במודגש אויף ספירת היסוד, ניט אויף ספירת התפארת, וואס דערפון גופא וואס א ווארט קאן מורה זיין אויף ביידע ענינים איז דאר פארשטאנדיס אז די ענינים האבן צווישן זיך א שייכות, אבער פון דעם וואס "ששה" איז מורה דוקא אויף איינע פון זיי. איז פאר- שטאנדיק אז ס'איז דא ענינים אין וואס זיי זיינען בנפרד, און ס איז נוגע די הדגשה וועגן וואס פאר א ענין ס'רעדט זיך, און בשעת ס רעדט זיך וועגן קיום הארץ והשמיס, וואס דאס איז דאך תלוי אין קיום התורה והמצות, איז דאס פארבונדן דוקא מיט "יום הששי", וואס דאס גיט א קיום אין "השמים והארץ וכל צבאם",
און דער קיום איז אין אן אופן פון ויכולו וואס דאס איז דאך מלשון תענוג (ראה אוה"ת בראשית ח"א ע' 86) און מ'זאגט דאך דאס צוזאמען - "יום הששי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם", וכדאי' במדרש אז דער "ויכולו השמים והארץ וכל צבאם" איז געווען ביום הששי.
וואס איז דער חילוק פון תפארת און יסוד? איז יעדער ענין קאן מען דאך פארשטיין ווי דער ענין רעדט זיך אין חסידות, אדער ווי מ'טייטשט דאס דערנאך איבער אין עניני עבודה, איז דאס מבואר אין די דרושים פון "אלה תולדות יעקב יוסף" און בעיקר אין ביאורי הזהר (ע' ל' ואילך), וואס דארט איז ער מבאר אז עיקר ענינו של יעקב איז געווען יוסף, וכמבואר דארט בארוכה,
וואס תוכן הענין איז אז יעקב איז דאך געווען דער "בחיר שבאבות" (שער הפסוקים תולדות כז, כה. וראה גם ב"ר פע"ו, א. זח"א קיט, ב. קמז, ב), וואס מטתו שלמה וכו' וכו', אבער תכלית ענינו של יעקב איז געווען אז דערנאך זאל זיין יוסף, וואס "הוא המשביר לכל עם הארץ" אז עס זאלן אראפקומען די ענינים בפועל, ביז אין ארץ מצרים, וואס דאס איז ארץ . התחתונה, ניט נאר הגשמית נאר אויך החומרית, און דארט האט זיך אויס- געפירט דער תכלית הרצון והתשוקה והענין פון יעקב אבינו,
וואס דאס איז אויך בכללות דער חילוק צווישן תפארת און יסוד. וואס מדתו של יעקב איז דאך תפארת און מדתו של יוסף איז דאך יסוד, איז וואו פירט זיך אויס דער ענין פון תפארת, וואס "תפארת גופא" - אין יסוד, וואס דאם איז דאך "לבר מגופא", וואס דעמולט איז דא דער "תולדות יעקב יוסף", וואס "כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף", אבער דאס פירט זיך אויס אין יוסף, וואס אזוי איז אויך געווען בנוגע צו די פעולות, און ביז ווי מ'האט געזעהן במוחש, אז עיקר ענינו וההדגשה פון די פעולות פון דעם ו בעל ההילולא זיינען געווען אויף אראפבריינגען דאס אין ענינים של פועל, וואס דאס איז דער ענין פון "ששי", משא"כ אז עס שטייט א וא"ו קאן דאך זיין ביידע ענינים - אדער ווי די ענינים שטייען אין תפארת, אדער ווי זיי שטייען אין יסוד. וואס דאס איז אויך דער טעם וואס מ'האט געשטעלט דעם לשון פון "הילולא", און ניט דעס לשון פון "הסתלקות", ווארום ניט קוקנדיק אויף די אלע פירושים וואס ס' איז דא אין הסתלקות, אז דאס איז א גילוי אור נעלה ביותר, וואס דער אור איז אין אן אופן פון סילוק וכו', איז דאס נאך אלץ ניט דער ענין ווי מ'דארף האבן א עבורה פרטית ופעולה פרטית וענינים פרטיים,
וואס דערפאר איז דאך נאך דערוף וואס ס'רעדט זיך אז ע"י אתכפיא .סט"א ואתהפכא סט"א איז "אסתלק יקרא דקוב"ה בכולהו עלמין", וואס דאס איז דאך דער ענין פון אור היותר נעלה, איז דאס נאך ניט מספיק, ביז וואנעט ער איז מבאר אין דעם סיום פון היינטיגן מאמר אז דערנאך קומט דאס אראפ אין אן אופן פון ממכ"ע, ווי נשמה משנמה נאצלת, ביז אין נשמות און אין מלאכים און נשמות בגופים ווי זיי געפינען זיך בגנים, פזורה בגולה, איז דעמולט דורך די עבודת התחתונים פירט זיך אויס דער רצון, און דעמולט נעמט מען דעם דירה לו ית', וואס דאס איז העכער אפי' פון "אסתלק יקרא דקוב"ה בכולהו עלמין",
וואס דערפאר איז שייכות זאגן בנוגע צוס בעש"ט דער ענין פון הסתלקות בפשיטות, וכידוע בענין הספירות אז דער בעש"ט און דער מגיד איז דאך דאס ספירת הכתר, עתיק און אריך, וכמבואר בכ"מ,
משא"כ בנוגע למדת היסוד, וואס כל ענינו ועיקר ענינו איז אז דוקא דורך דערוף זאל זיך אפטאן ענינים של תורה, ניט אין אן אופן פון "אסתלק", נאר ענינים של פועל, אין אן אופן פון התלבשות, ביז החק- שרות און ביז התאחדות, וואס דאס איז דער ענין פון הילולא, וואס דאס איז דאך דער ענין פון מדת היסוד אויך כפשוטו, און דא זעהט מען תולדות בפועל, ביז אין אן אופן פון א"ס, וואס דאס טוט זיך אויף ביום הששי.
און דאס קומט דערנאך אראפ בפועל למטה מעשרה טפחים, ביז אין עשר כוחות הנפש און ביז אין עשר פעולות האדם וואס דאס נעמט איין די אלע ענינים וואס זיינען געווארן פון די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, אז ס'זאל זיך דורכפירן רצונו ית', וואס דורך דערוף נעמט מען אויך עצמו"ה יתברך, אויף לעשות לו דירה בתחתונים.
(התחיל לנגן ניגון אדמו"ר מהר"ש).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 10 Shevat 5720 (8 February 1960)
- Events
- 10 Shevat
- Id
- rh-3eac32x2
Copies
Recent activity
Sources
- drive