עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה כ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

כו. א סיפור וואס א נשיא דערציילט איז דא אין דעם א הוראה. ולבד די הוראה פון דנרי המגיד בביאור המדרש, איז אויך פון כללות הסיפור פראן א הוראה.

אין דעס סיפור זיינען פראן צוויי קצוות: א) די דברי מוסר של המגיד האבן ארויסגערופן א התעוררות תשובה ביז אז דאס האט געבראכט א שמחה גדולה בא דעס בעש"ט, ב) אידן וואס האבן געלערנט תורה, וויבאלד ס' איז אבער געווען אן די הקדמה פון ברכת התורה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, איז כאטש אז תורה מגינא ומצלא, בשעת אבער עם פעלט הקדמת ברכת התורה קען מען פארגעסן

אויפן נותן התורה, און פונדעמסווגן אויך זיי האט דער - דצ אויבערסטער מזמין געווען דעם בעש"ט וואס ער האט זיי מעורר געווען און עס האט זיי דערנומען ביז זיי האבן געזאגט "איי איר זייט גערעכט".

דער חילוק איז נאר אז די בני תורה זיינען נתעורר געווארן דורכן בעס"ט דוקא. און אנשים פשוטים זייגען נתעורר געווארן אויך דורך סתם א מגיד. וואס אין דעם זעט מען אז אנשים פשוטים איז גרינגער צו מעורר זיין. וע"ד הידוע בענין מס"נ אז בא אנשים פשוטים איז דער כח המס"נ גרינגער צו ארויסרופן.

פראן וואס טענה'ן אז אלע זהירות והידורים דארף מען האבן נאר צוליב אנסים פשוטים, פאר זיי דארף מען האבן א באווארעניס, משא"כ פאר בני תורה, דארף מען קיין באווארעניש ניס - זעט מען אבער מסיפור הנ"ל, אז בני תורה דארף מען נאך מערער באווארענען ווי אנשים פשוטים.

און דורך וואס איז די התעוררות דורכן בעש"ט אותורתו, תורת החסידות, אילנא דחייא שלית תמן לא קושיא כו', זי איז מעורר די פנימיות הנשמה און פארבינדט איר. מיט פנימיות קוב"ה.

וואס מצד דעם איז דאך אויך הפצת המעינות א הקדמה צו מסיח'ן, ווארום ענינו של מסיח איז וואס ער וועט מעורר זיין בחי' יחידה און פארבינדן איר מיט יחידו של עולם, ומצד התעוררות היחידה ווערט מען דער אמת ער בן חורין שזהו"ע אמיתית החירות דלעתיד, איז די הקדמה צו דעם, די התעוררות פנימיות הנשמה שע"י פנימיות התורה, וואס דאס וועט אויך ממסיך זיין מסיח צדקנו למטה מעשרה טפחים. - 288

כו. ווי גערעדט פריער אין דעם ענין פון בנהר יעברו ברגל, אז די בקיעת הנהר וועט זיין דורך עבודה בבחי' רגל דוקא, וואס דאס איז דער ענין פון מצות מעשיות.

בכלל, ווערט גוף האדם געטיילט אין דריי חלקים. דאס גוף ורגל. אין ראש איז דער משכן השכל, און אין עבודה איז דאס דער ענין פון לימוד התורה והשגת אלקות, אין גוף איז משכן המדות און אין עבודה איז דאס אהוי"ר, און אין רגל איז מסכן כח המעשה און אין עבודה איז דאס קיום מצות מעשיות.

זאגט מען אז די גילויים דלעתיד וועלן זיין דורך רגל. המעשה הוא העיקר. ביז אז אפילו אין תורה שענינה השגה, איז אויך דער עיקר די מעסה שבתורה, ד.ה. דער לימוד התורה בפועל, מען דארף ניט האבן פריער די הסברה צוליב וואס מען דארף לערנען, נאר מען דארף וויסן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, און אז מען דארף לערנען בפועל.

וואס דאס איז אויך דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז דער תכלית פון חסידות חב"ד איז עס זאל אראפ- קומען אין תג"ת וכו'.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-2hahdyb9

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…