ליל שמח"ת, לפני הקפות
ליל שמח"ת, לפני הקפות, שיחה ט
י. מען האט דאך גערעדט אין די פריערדיקע התועדות'ן בענין אז ס איז צוויי הונדערט יאר פון בעש"ט'ס הילולא, און מען האט מבאר געווען די ערשטע פאר שורות פון צואת הריב"ש, ווואס דער אלטער רבי זאגט אויף דעם אז כאטש לא ידעו לכוון הלשון על מתכונתו אבער דער תוכן איז אמת לאמיתו.
האט מען מבאר געווען דעם ענין פון עבודה תמה און פון ועיקר שלא ישכחו הדברים, נאך דעם זאגט ער דארטן, נאך א ענין עיקרי, מען זאל לערנען אלע טאג א שיעור מוסר, אם רב אם מעט, איז אין דעם ניט פארשטאנדיק, אזוי ווי אין די פריע- ערדיקע ענינים, וואס איז דא דער גוואלדיגער אויפטו אין דעם?
איז ווי מען האט גערעדט אין די פריערדיקע התועדות'ן אז פנימיות עתיק נעמט מען פון פנימיות אבא (תורת הבעש"ט מתורת אדמו"ר הזקן) איז אויך דאס וועט מען פארשטיין פון דעם אלטען רבי'נס א מאמר.
אין לקו"ת (סד"ה החת אשר לא עבדת) איז ער מבאר דריי הכנות וועלכע עס דארפן זיין קודם התפלה, טהרה, צדקה, און מוסר, און אין יעדער איינעם פון זיי רעדט ער צוווי ענינים.
וועגען טהרה בריינגט ער אז אע"פ שבטלו טבילת בעל קרי לענין תורה אבער לתפלה צריך טבילה, אזוי בריינגט ער בשם רב האי גאון, און ער איז מוסיף, דהגם שלא קיי"ל כן, איז אבער לד"ה התפלה מקובלת יותר עם הטבילה, און ער איז מבאר דעם טעם החילוק פון תורה מיט תפלה, וויילע תורה איז פנימיות משא"כ תפלה וקרבנות זיינען בחי' ריח, בחי' מקיף,
דערפאר דארפן זיי טהרה שהיא ג"כ בחי' מקיף.
נאך א ענין רעדט ער בענין טהרה שקודם תפלה, נאר ער זאגט דאס ניט בפירוש נאר ער הייסט מעיין זיין אין ראסית חכמה, וואס אין ראשית חכמה איז משמע ניט נאר אז התפלה מקובלת יותר עם הטהרה, נאר ס' איז א ענין שמעכב לגמרי, ווארום אן טהרה קען ניט נתקבל ווערן זיין תפלה, דאס איז אבער א ענין וואס ער זאגט ניט בפירוס, ער צייכענט נאר איין אין ראשית חכמה.
וועגען די צווייטע הכנה וואס דאס איז צדקה, זאגט ער אויך צוויי ענינים, איין ענין זאגט ער אויפן ארט בפירוש, אני בצדק אחזה פניך, והיינו אז דאס זאל אנרירן און דערלאנגען לבחי' פנימיות, און נאך א ענין וואס ס'איז פראן בכת"י און אין די הגהות שנדפסו בסיום הלקו"ת, וואס דארטן איז משמע אז ס' איז נוגע לעצם ענין התפלה.
בענין די דריטע הכנה והוא לימוד דברי מוסר, רעדט ער אויך צוויי ענינים, אבער ביידע ענינים זאגט ער בפירוש, ווארום בנוגע די ערשטע צוויי הכנות, איז א ענין אויף מעכב זיין לגמרי ח"ו די תפלה, וויל ער ניט זאגן בפירוש, משא"כ בענין לימוד מוסר זאגט ער בפירוש ביידע ענינים.
איין ענין איז מוסר סתם און דער צווייטער ענין איז זוהר, ופירוט זוהר מלשון הארה און טייטשט אפ אז דאס גייט אויף אמונה, וואס דאס ווערט נתעורר ומאיר ע"י לימוד דברי מוסר הנמצא בזוהר.
וואס דאס איז דאך אויך דער ענין וואס דער בעש"ט רעדט (ונדפס בהגהות שבסיום הלקו"ת) אז בשעת א איד
פארבלאנדזעט אין א מדבר, איז בכח האמונה שבו וואס דאס איז דאך פראן שטענדיג, איז ער מברר דעם ארט, און די אמונה געפינט זיך און ווערט נתעורר ע"י לימוד המוסר שבזוהר, ובימינו אלה איז דאס דורך לימוד תורת החסידות.
ועפי"ז יובן וואס ער רעדט בצואת הריב"ש עיקר גדול ללמוד בכל יום שיעור מוסר, וואס דאס מיינט ער זוהר, המעוררת את האמונה, וואס דורך דעם איז ער מברר כל המקומות וואו ער גייט דורך, און דאס איז א עיקר גדול.
און זאגט אויף דעם אם מעט אם רב, והכוונה על הבירור שנעשה ע"י הלימוד, אז מען מיינט ניט שמצד גודל מעלת הבירורים דארף ער גיין און בלאנדזען בכדי צו מברר זיין, נאר זיין ענין דארף זיין לימוד המוסר, לערנען חסידות און לעורר על ידה את האמונה, און דאס דארף זיין ז אין א אופן פון "תועה", ד.ה. ארויסגיין מכל עניניו און פארלירן זיך אויף א וויילע, כדוגמת החוצה בדרך וואס ער איז אינגאנצן פארלארן, און די בירורים וועלן זיך שוין אפטאן מעצמם. .
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Tishrei 5720 (24 October 1959)
- Id
- rh-930ra5he
Copies
Recent activity
Sources
- drive