עברית
Library

ליל ב' דחה"פ

ליל ב' דחה"פ, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

א. אין סידור האריז"ל שטייט בנוגע ליל הפסח ואמירת ההגדה, צוויי ענינים: א) בבואו לביתו מבית הכנסת זאל מען זיין בשמחה גדולה, ויילע דאס איז דעם איינציקן מאן אין יאר וואס דער זיווג איז אויך אין עולם העשי', ד.ה. דא למטה אין עוה"ז הגשמי. ב) די הגדה זאל מען זהגן בקול רם בשמחה גדולה ובכוונה עצומה. בענין הזיווג איז ידוע אז דאם איז א המשכה עצמית. ניט ווי השפעת השכל הדיבור והמעשה, נאר א דשפעה עצמית. און בליל הפסח איז די המשכה ניט נאר למעלה, אין אצילות וכו', נאר אויך אין עוה"ז הגשמי.

אין לקו"ת שטייט בנוגע די חילוקים פון אצילות ועשי'. והעולמות שבנתיים, אז ניט דער פשט איז אז אצילות געפינט זיך ערגעץ וואו, נאר אז אצילות ולמעלה מאצילות געמינען זיך אויך דא למטה אין עוה"ז, און בריינגט די ראי' פון דעם וואס משה רבינו איז געשטאנען לעבען פרעה'ן, וואס פרלה איז דאך געווען גקה"ט, אין עוה"ז גופא די נ דעריקסטע דרגא, און אעפ"כ איז אין דעם זעלבן ששח מקום געווען אויך משה וואס ער איז געווען אצילות, אויך זייענדיג דא למטה איז ער געווען אצילות בגלוי.

וואס פון דעם איז מובן, אז בכדי אויף צוקומען צו דער דרגא פון אצילות, וואס ס'איז דאך עולם האחדות, איהו וחלוהי וגרמוהי חד, ד.ה. צוקומען צו דער התאחדות מיט אלקות, דארף מען ניט ארויסגיין פון וועלט, נאר אויך זייענדיג פארנומען אין די דברים הגשמיים, אכילה ושתי' וכו', קען מען

האלטען בא דער דרגא פון אצילות, וויילע אצילות איז דא אויך אין עוה"ז.

דאס איז דאך בנוגע אצילות. בליל הפסח איז דער אויפטו, אז מען קען צוקומען ניט נאר צו אצילות, וואס אויך אצילות אע"פ אז ס' איז עולם האחדות ווערט אנגערופן בשם עולם מלשון העלם הסתר, בליל פמח אבער קלן מען צוקומען ביז צו עשמות, און אויך אויךף צוקומען צו דשט, דארך מען ניט ארויט- גיין פון וועלט נאר זייענדיג אין די ענינים הגששיים קלן מען האבן גילוי העצמות, וויילע דער זיווג איז יעמולט דא אויך אין עש' כנ"ל. דאס הייסט אין איינפאכע ווערטער, אז שטייענדיג אין עוה"ז און זייענדיג פארנומען מיט די דברים הגשמיים, איז בשעת מעשה קען זיין ניט נאר סתם גילוי אלקות, נאר אויך גילוי. העצמות.

עס איז דאך פראן ווי אלקות איז בהללט המחר, ואט מצד דעם העלם והסתר איז אפילו בשעת ס איז דא ניסים איז אין בעל הנס מכיר בנסו, וואס אויף דלם שטייט דאך לעושה נפלאות גדולות לבדו, אז נאר דער אויבערשטער אליין וויים פון די נפלאות, וואס דאס איז דאך מצד דעם אלקות המסתתר, אכן אהה א-ל מסתתר.

אבער אויך אין גילוי אלקות איז פראן כמה וכמה חילוקי דרגות, אזוי ווי מיר זעהן בעבודת האדם אז אויך אין קדושה גופא איז פראן כמה וכמה חילוקים, וואס עס איז ניט דומה כל היום צו שעת התפלה ובפרט צו שמו"ע, ובפרט לתפלת העמידה בשבת ויו"ט ובפרט בימים נוראים בין צו תפלת נעילה, וואס דאס זעט זיך אן אפילו בא א איש פשוט, אז אין די זמנים - 0ל איז בא אים די גשמיות וחומריות ווייניקער און דער קירוב. לאלקות בא איס מערער בגלוי.

איז דער אויפטו פון ליל הפסח אז מען קען האבן ניט נאר סתם גילוי אלקות נאר גילוי העצמות, און דאס קען זיין אויך בשעת ער איז פארנומען מיט די דברים הגשמיים, אכילה ושתי' וכו'.

און דערפאר זאגט יעדער איד בליל הפסח, און אין חו"ל אויך די צווייטע נאכט פסח, לשנה הבאה בירושלים, ווארום מצד דעם גילוי העצמות וואס איז מאיר בא יעדער אידן, איז ער פון זיין זייט שוין גרייט עס זאל זיין לשנה הבאה בירושלים, וכפירוש כ"ק מו"ח אדמו"ר אז דאס מיינט ניט מען זאל ווארטן ביז צו שנה הבאה, נאר דאס מיינט אז די גאולה זאל שוין זיין גלייך, ובמילא איז לשנה הבאה וועט מען זיין בירושלים.

איז יעדער איד שוין גרייט צום גילוי ירושלים דלעתיד מיטן בנין ביהמ"ק השלישי הבנוי מלמעלה, וואס אע"פ אז ער האט דאך די אלע מדידות וואס ווערן אויסגערעכנט אין יחזקאל, אעפ"כ איז ער בנוי מלמעלה, מתאים להגילוי דליל הפסח, המשכת העצמות אין עוה"ז.

און דאס איז דער גודל השמחה דליל הפסח. - ס'איז פראן דאך דער צווייטער ענין השמחה וואס דער אריז"ל זאגט בנוגע לאמירת ההגדה, דער עיקר הענין אבער איז דער ערשטער ענין וואס ער זאגט אז די שמחה דארף זיין באלד בבואו מביהכ"נ, וואס דאס איז שייך לכל הלילה, וואס זי ווערט אנגערופן ליל שמורים, שמור מהמזיקין ומכל הענינים המבלבלים מונעים ומעכבים,

אז בא אז בא עדער אידן איז מאיר דער זיוג און ער איז ברייט צו - ול? דער גאולה העתידה, במהרה בימינו.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Nisan 5720 (12 April 1960)
Id
rh-emvsny7m

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive143a-DiZRoI80YRLyYKWBJr…