ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יז
כד. דע: יאר, מוצאי שנת זסמיעית, קומט דאך צו בסוכות נאך א עבין, אין דאס איז מצות הקהל את כל העם א'סים נשים
.. לא - 9מ וטף למען ישמעו וילמדו ויראו, און דער זמן פון דעם איז במוצאי שביעית בחג הסוכות, באתחלתא דמועדא, וואס בזמן בית ראשון פלעגט דאס זיין דעם ערשטען טאג יו"ט, ובזמן בית שני ווען ס'איז געווארן די שבותים, ומצות הקהל אינה דוחה לא את השבת ולא את היו"ט, וואלט דאס זיין נאך יו"ט,
בהקהל פלעגט מען צונויפקלייבן ניט נאר די אנשים וואס זיינען מחוייב במצות ראי' כמ"ש יראה כל זכורך, נאר אויך די נשים. און נאך מערער אויך די טף, והגם אז אויך בכל השנה איז דא מצות חינוך, איז דאך אבער מצד מצות חינוך איז פראן דיעות אז ס'איז נאר מדרבנן, ד.ה. אז אויך די מצוה שעל האב איז נאר מדרבנן, נאר אפילו לדעת אדמו"ר הזקן אז ס'איז דאורייתא, איז דאך דאס שייך אבער נאר אויף א קטן שהגיע להבנה, משא"כ בהקהל פלעגט מען בריינגען אויך קטני קטנים, שלא הגיעו לחינוך, ביז ס'איז פראן א דיעה אז מען פלעגט בריינגען אויך א קטן שכלו חדשיו ויצא מחזקת נופל.
וואס דערפאר זאגט דאך די גמרא דעם טעם ליתן שכר למביאיהם, ד.ה. אז קיין אנדער טעם געפינט מען ניט אויף דעם, ווארום זיי זיינען ניט שייך לגמרי צו הבנה, מער ניט ווי ליתן שכר למביאיהם.
וואס אין דעם איז אויך מצות הקהל א אויסנאם מכל המצות, שבכל המצות איז דאך דא דער כלל היו כעבדים שלא ע"ם לקבל פרס, ובהקהל זאגט מען א טעם ליתן שכר, און דאס איז מעצם המצוה, ס'איז ניט קיין ענין וואס ס'איז איבערגעגעבן געווארן לרשותו אז אויב ער וויל האבן שכר זאל ער בריינגען די טף און אויב ער וויל מוותר זיין אויפן שכר האט ער א ברירה ניט צו בריינגען, נאר מען הייסט אים בריינגען כדי
דד.ה, אין אנדערע ווערטער, אז אויך דער סוג וואס לאחר העבודה דר"ה ויו"כ זיינען זיי ניט צוגעקומען צו א העכערע דרגא ווי עבודה ע"ם לקבל פרס, אויך זיי האבן א שייכות צו הקהל. - ומתאים למצות ד' מינים שבסוכות אז מען נעמט אריין אויך די ערבה - און אויך אויף זיי זאגט מען למען ישמעו ילמדו ויראו.
נאך מערער געפינט מען אין רמב"ם, אז אויך דער וואס פארשטייט ניט קיין לשון קודש זאל ער אויך קומען צו הקהל ויכין לבו צו הערן די פרשיות, און ווי דער רמב"ט איז מסיים אז דער מלך איז שליח הא-ל, ובמילא מצד שליחותו של המשלח וועט זיך דערהערן די פרשיות אויך אין דעס וואס פארשטייט גאר ניט קיין לשון קודש, ווארוס וויבאלד אז ס איז בשליחות האאל, איז דאך מי יאמר לו מה תעשה, דערנעמט עס אלעמען.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-g51qx0s5
Copies
Recent activity
Sources
- drive