וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת
וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה ז
ז. נאך א חילוק איז פון חלום פרעה ביז חלוף יוסף, אז חלום פרעה הייבט זיך אן מיט א ענין פון שינויים, פריער פרות טובות און באלד ותבלענה, שינויים, און אין א אופן פון פוחת והולך.
אין קדושה איז קיין שינויים ניטא, עס איז דאך
א קיום א קיום נצחי, אפילו אין דער ספירה וועלכע ס' איז פארבונדן טמיט עולמות וואס אויף איר שטייט לפעמים עולה ולפעמים יורד, איז די שינויים זיינען צוליב דעם תכלית וואס וועט זיין, מנוחה לחי העולמים, און וויבאלד אז דאס איז צוליב דעם, זיינען דאך די שינויים מער ניט ווי בחיצוניות, ניט בפנימיות, וכמאמר הבעש"ט במקום שרצונו של האדם שם הוא נמצא, ד.ה. אז וויבאלד דער תכלית איז צוליב מנוחה, איז דאך דאס קיין שינוי ניט.
ז משא"כ אין לעו"ז איז א סדר פון שינויים, און אין אא סדר פון פוחת והולך, וואס דאס זעט מען סיי אין יעדער חלום גופא סיי אין דעם סדר החלומות.
יוסף'ס חלומות איז אין א סדר פון מעלין בקודע, פריער שבלים, געמאכט דערפון אלומים, אחדות, ביז מען קומט לענינים שמימיים, וואס דאס איז דאך א סדר עלי' ברוחניות, וכמו"כ כפשוטו בגשמיות, איז דאך די ווערדע פון אלומים. מערער ווי פון שבלים, ביז מען קומט צום כוכבים, וואס דאס איז עשירות ביותר, ווארום אב"ט ומרגליות קומט דאך מצד הכוכבים כמבואר בלקו"ת (פ' ראה) און אז די משנה וויל אנכאפן עשירות מופלגה כאפט זי אן אבנים טובות ומרגליות.
משא"כ חלומות פרעה גייען אין א סדר פון פוחת והולך, פריער פרות טובות דערנאך פרות רעות, וכמו"כ בסדר החלומות איז פריער בנוגע פרות - חי, און דער נאך שבלים - צומח, דלכאורה האט ער דאך געקענט שטעלן פריער דעם חלום השבלים, ואדרבה, עפ"י שכל דארף דאך אזוי זיין, ווארום זפון וואנענט וואקסן אויס און אין וואס איז תלוי צי די
פרות זאלן זיין סובות צי להיפך, דאס איז תלוי אין די שבלים, און פארוואס איז ער מקדים דעם חלום הפרות?
נאר וויילע אין לעו"ז איז א סדר פון פוחת והולך, פריער פרות - חי, און דערנאך שבלים - צומח, און אזוי אויך פריער סובות און דער נאך רעות, ווארום דאס איז דער סדר אין לעו"ז אז פוחת והולך ביז אז נכלה לגמרי, איי וואס שפעטער איז ווייטער געווען שני שבע, דאס שטייט ניט אין חלום, וויילע דאס געהערט שוין ניט פרעה'ן, דאס האט יעקב ממשיך געווען.
וואס דאס איז דאך דער כללות החילוק פון קדושה ביז לעו"ז, אז אין קדוסה איז מעלין בקודש און אין לעו"ז איז פוחת והולך, וכידוע ההפרש בין פרי החג לנרות חנוכה, א: פרי החכ פוחת והולך און נרות חנוכה מעלין בקודש, דהלכה כבית הלל.
און דער טעם אויף דעם איז, וויילע לעו"ז האט אאך ניס קיין תכלית מצד עצמה, כל ענינה איז נאר לנסות או האדם אויף ארויסרופן בא אים טיפערע כחות, איז אלץ וואס מערער דער אדם איז עובד עבודתו, זעט מען ווי מען דארף ניט אנקומען צוס נסיון דלעו"ז, ובמילא איז אלץ וואס ווייטער פוחת והולך מצד עבודת האדם, וכמרז"ל כשזה קס זה נופל. ח, און דאס איז די כללות ההוראה פון חלומות יוסף ופרעה, בשעת עס קומט א סברא צו א מענטשן און עד וועט באקומען א געוויסע השפעה אן הארעווניע, טראכטנדיק אז מצד סיבות שונות וועט מען אזוי אויך געבן אים די השפעה
אן עבודה, אן עבודה, דארף ער וויסן אז די סברא קומט פון נה"ב, און די השפעה וואס אים דוכט זיך אויס אז ער וועט באקומען, איז דאס א מציאות פון לעו"ז שפוחת והולך, וואס עס לאזט זיך דערפון גארניט אויס, דאס איז די הוראה אין סור מרע, ולאידך גיסא איז דא די הוראה אין ועשה טוב, אז בשעת ער איז עובד עבודתו ביגיעה, איז יגעת ומצאת, ומעלין בקודש.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 25 Kislev 5720 (26 December 1959)
- Id
- rh-6jgn558a
Copies
Recent activity
Sources
- drive