פורים
פורים, שיחה ט
יג. ע"ד האמור איז אויך געווען ווען דער רבי דער נשיא איז געקומען אהערצו
מיט צוואנציק יאר צוריק, איז ער דאך אויך געקומען לאחר החורבן הכי נורא, וואס איז שוין דעמאלט געווען אין דעס ארט פון וואנענט ער איז ארויס געפארן, און וואס דערנאך פון ת"ש במשך די שנים אחדות שלאחר זה איז דאס געגאנגען באופן מבהיל באופן היפך הטוב.
איז דער ערשטער זאך וואס קומענדיק אהערצו, וואס ער האט דאך דעמאלט געגעבען - ווי ד' זלמן זאגט - דער „מאניפעסט", אז ניט ער איז געקומען צוליב וזיך נאר צוליב מאכן אמעריקע א מקום תורה, און דאס איז געווען ניט נאר די תועלת פון "ארצות הברית", נאר דאס איז אויכעט געווען ווי כמובן מסגנון ותוכן השיחה, דער אופן הצלה וואס מ'האט געקאנט גלייך טאן בהנוגע צו די וואס זיי געפינען זיך מעבר לים.
ווכאמור לעיל, אז מצד דערויף וואס אידן זיינען א קומה שלימה, איז בשעת ס'קומט צו אין איין אבר, א תוספות חיות ואור, קומט דאס בדרך ממילא צו בכל איברי הגוף ובכללות הגוף.
וואס דערפאר איז קומענדיק אהערצו, און בפרט בימי הפורים, האט דאך דערלבי דעמאלט מייסד געווען די ישיבת תומכי תמימים בארצות הברית, וכידוע די שיחה בזה וואס זי איז שוין געדרוקט אין ספר השיחות פון קיץ הש"ת.
וואס ס'איז דאך דער ענין פון דעמאלסט איז דאך געגאנגען באופן פון התרחבות והתפשטות, אף כי לגמרי ניט ווי עם האט געדארפט זיין אין די ממדים ווי מ'האט דאם געקאנט אויסניצען, ס'דאך אבער אין צועקין על העבר, בהנוגע מכאן ולהבא, און ווי גערעדט פריער אז ביי אידן איז איין נקודה פון זמן קאן כולל זיין אין זיך כמה ימים וכמה זמנים, זאל יעדער נקודה פון דעם עתיד בנוגע צו דעם ענין פון תומכי תמימים, בארצות הברית, ועד"ז בנוגע לכל ענינים פון קדושה ובפרט אין ענינים פון חינוך על טהרת הקודש, וואס דאס איז דאך פירות און פירות פירותיהם עד סוף העולם, זאל דאס גייען אין אן אופן פון מוסיף והולך אז יעדער נקודה זאל ווערן א כלל גדול, און משלח זיין שלוחים און פירות לכל הסביבה, און אויך אין א אופן ווי גערעדט פריער, פון "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה. לחיים. איד. דער סדר ווי איינגעפירט מכמה שנים און שוין מערער ווי פערציק יאר, .
וואס ארבעים שנה איז דאך דאם נתנו לכם לב להבין, אז פורים מאכט מען וואס איצטער הייסט דאס אן „אפיעל" און אמאל האט דאם געהייסן א (צדקה?) אין קופת רבינו, וואס ווערט דערנאך פאנאנדער געטיילט לענינים מיוחדים ולאישים מיוחדים.
אזוי ווי דאס איז דאך א ענין וואס איז נתייסד מרבותינו נשיאינו, איז דערפאר איז דער סדר אז ניט מ'איז מכריז מיט נאומים און מיט נעמען, מיט קול חצוצרות וקול תרועה, נאר יעדערע גיט כפי נדבת לבו, נאר וואס דען ווי גערעדט פריער אז דער לב דארף זיין אין א אופן פון "פתחי לי אחותי רעיתי" ביז אין אופן פון "תמתי", און די וואס ווילען אז מ'זאל זיי אויכעט דערמאנען בקשר עם זה על ציון פון דעס רבי'ן, קאנען פארשרייבען שמו ושם אמו אויף א באזונדער פתקא, און דער סכום אדער דער התחייבות אויף א באזונדער פתקא, און דורך דעם מתן בסתר אין א אופן פון חשאי זאל דאס זיין 'י..ן אף"פון די אלע ענינים שבגלוי, און נאכמער פון די אלע ענינים פון דעם אף שבסתר, און ס'זאל זיין דער אורה שמחה ששון ויקר ניט נאר בהעלם אין חסדים הנעלמים נאר אויך אין חסדים הגלויים ביז אין למטה מעשרה טפחים, בהמצטרך לאדם ולביתו מנפש ועד בשר.
כנהוג, וועט מען מסתמא זאגען א פריילעכען ניגון און מ'וועט געבען ביד רחבה, און דער אויבערשטער וועט מקיים זיין הבטחתו פון עשר בשביל שתתעשר, נוסף אויף כללות הענין וואס גדולה צדקה וואס דורך צדקה ווערט מען נגאל פון דער גלות, במהרה בימינו ע"י משיח צדקינו. לחיים. התחיל לנגן ניגון אדמו"ר מהר"ש.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 14 Adar 5720 (13 March 1960)
- Events
- Purim
- Id
- rh-pmc10xxb
Copies
Recent activity
Sources
- drive