עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה כג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

אל. ווי גערעדט פריער אין דער מעלה פון חינוך תשב"ר - איז דאך תפקיד החינוך בעיקר אויפן מוטער, וואס דאס איז אויך דער קישור פון ביידע מאמרי רז"ל, הס הכירוהו תחלה און דער מאמר בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים, וויילע זיי האבן מחנך געווען די קינדער עס זאל זיין דער הם הכירוהו תחלה. און אזוי אויך בזמנינו זה, ובפרט בארצות הברית, וו רוב היום איז דער מאן ניטא אין הויז, איז דאך דער עיקר החינוך ליגט אויך דער מוטער.

און דאס איז דייער תפקיד להשתדל בחינוך על טהרת הקודש, וואס ווי גערעדט פריער, וועט דאס בריינגען די גאולה העתידה.

און כאטס אז לפעמים איז דאס פ'רבונדן אביסל מיט מרור, ווארום אפגעבן דעס קינד אין דעם מוסד איז פארבונדן מיט א ביסל מערער הוצאות, און דאס פאסט ניט פאר דער שכנה און דאס דארף מען זיך אויס טענה'ן מיטן מאן וכו', האט מען דאך אבער גערעדט פריער אז מרור איז בקו האמצעי, וממכשירי הפסח, אז דורך די מרור האט מען א גרעסערן גישמאק אין פסח, וויילע אם אין רע אין טוב, כדאיתא במדרס תמורה.

ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגען חינוך פון קינדער, וואס דאס איז נוגע צו משך כל ימי חייו פון דעם קינד און אויך פון זיינע קינדער עד סוף כל הדורות, איז דאך א ודאי און א ודאי כדאי דער ביסל מרור צוליב דעם גודל הנחת והתענוג וואס מען וועט האבן פון דעם קינד, עד סוף כל הדורות, דורך חינוך הכשר.

איצטער, אחס"פ איז דאך מאיר גילוי הארת המסיח,

זאל מען מיטנעמען דעם כח אויף ימות החול, אויף להוסיף בחינוך הכשר על טהרת הקודס, ויהי רצון אז מען זאל אנהויבן טאן אין דעם שוין היינט ביינאכט, ואסרו חג בעבותים, אז מען דארף צובינדן די ימות החול מיטן יו"ט מיט גראבע שטריק, עס זאל ניט זיין קיין הפסק פון די התעוררות פון יו"ט צו די ימי החול, במילא זאל מען אנהויבן טאן אין דעם היינט ביינאכט, ומיום ליום. להוסיף אור.

לא. ניגון אדמו"ר הזקן בן הד' בבות והבבא הרביעית ג' פעמים. ניע זסוריצי, אחרי תפלת ערבית והבדלה, נתן מכוס של ברכה לכל הנאספים, ולהנוסעים נתן יין לסדר התועדות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-efgwjdqy

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…