ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ז
ז. אמנם כל זה איז בזמן שביהמ"ק הי' קיים, אמנם משחרב ביהמ"ק, איז ווי מען ממט ס:ין בערעדט כמה פעמים אל קלקלתינו זו היא תקנתינו, בומן הבית אז עם האט געדארפט זיין א יראה גדולה ביותר, ווארום בכלל ירושלים איז יראה שלם כמ"ש התוספות ובפרט אין ביהמ"ק וואס דארטן איז דאך . די מצוה פון ומקדשי תיראו, איז לאו כל מוחא סביל דא אויף שטיין בתכלית השמחה ובשעת מעשה בתכלית היראה, און אויף מחבר זיין די ב' קצוות האבן געקענט נאר די וועלכע ער רעכנט אוים אין רמב"ם, אמנם משחרב ביהמ"ק וואס מען שטייט ניט אין דער יראה, און אויך ס'איז ניט די שמחה וואס ס'איז געווען יעמולט, איז דא שוין ניט אזוינע ב' קצוות הפכיות זמ"ז, במילא איז איצטער דארף יעדער איינער להרבות בשמחה, ווארום ס'איז שוין ניטא וואס צו מורא האבן אז די ענינים וועלן זיך בויטשען, אויך איז ניטא וואס צו מורא האבן אז פון דעם וועט ער אוועקגיין שלא בדרך הישר, דעריבער דארף יעדער איינער להרבות בשמחה בל"ג, באופן בל"ג פון איצטער.
און ממשיך זיין די שמחה פון סוכות על כל השנה, בקיום החומ"צ, און ווי דער רמב"ם איז ממשיך בסוף הל' לולב נאך דעס ווי ער איז מבאר די שמחה פון סוכות איז ער מבאר די כללות העבודה בתומ"צ ווי עס דארף זיין בשמחה ובטוב לבב, און זאגט אויף דעם אז דאס איז א עבודה גדולה, און אעפ"כ קען יעדער איד צוקומען צו דעם אויף ממשיך זיין דעם להרבות בשמחה בכל ימות השנה אין דער עבודה פון תומ"צ.
עבודה פון תומ"צ, וואס אין דעם ווערט אויך נכלל די עבודה פון בכל דרכיך דעהו.
מצד דעם ו ח מצד דעם להרבות בשמחה ודאט דאס איז דאך בל"ג, וכנ"ל אז אויב עס איז דא נאך ערגעץ וואו א נקודה וואס דארטן איז די שמחה בהגבלה איז שוין חל דער ציווי פון "להרבות", וואס דאס קומט דאך בהמשך התשובה דיו"כ כנ"ל, מצד דעם איז מובן אז דער קיום התומ"צ וועלכע עס קומט נאך די עבודת התשובה והשמחה שבחודש תשרי, דארף אויך זיין באופן בלתי מוגבל. אז כאטש תומ"צ מצד עצמם זיינען דאך בהגבלה כנ"ל, לכל זמן ולכל עת, אבער מצד ענין התשובה פאדערט זיך אויף אויך אין תומ"צ א אופן בלתי מוגבל.
וואס דאס איז אויך דער טעם אויף דעם וואס בשמח"ת, למחרת שמיני עצרת (אין חו"ל, און אין א"י בשמע"צ גופא), וואס בשמע"צ קומט ארוים בגלוי די תשובה דיו"כ.
- דערפאר איז מען בשמע"צ מקריב פר אחד איל אחד, וואס דאס איז בדוגמת יוה"כ וואס ער איז יום המיוחד בשנה, דערפאר איז השטן בגימט' שס"ד ווארום צו יו"כ האט ער קיין שייכות ניט וויילע יו"כ איז יום המיוחד בשנה, ובדוגמת יום אחד שנאמר במע"ב, שטייט דאך דער טעם פארוואס שטייט אחד און ניט ראשון וויילע בו הי' הקב"ה יחיד בעולמו, דאע"פ שנבראו השמים והארץ וכל צבאם פונדעסטוועגען איז ער געווען יחיד בעולמו, ווארום ס איז געווען א קלארע וועלט אין וועלכע עס זעט זיך אן דער אמת אז אין עוד מלבדו, ווארום דער שמים איז ניט נאר וואס ער האט ניט מסתיר געווען אויפן אמת, אדרבה, דורך איס האט זיך געזען דער אמת וכמ"ש שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה, וכמו"כ בכל פרטי הנבראים האט זיך אין זיי געזען דער אמת אז דער אויבערשטער האט זיי באשאפן, ער איז זיי מהווה מקיים ומחי'
תמיד, דבדוגמא זאת איז יו"כ יום המיוחד בשנה, און דאס דוערט נתגלה בשמע"צ אין פר אחר איל אחד -
הויבט מען אן יעמולט לייענען די תורה פון אנהויב נאך אמאל, בראשית ברא, ווארום מצד די עבודת התשובה וואס ער האט קונה געווען עולמו בשעה אחת, איז בשעת עס ווערט א נייעס בעולמו הפרטי, דארף זיך אנהויבן אויך דער בנין מחדש פון עולם בכלל, בראשית ברא, ווארום בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית, איז דער עולם הכללי דארף זיין דוגמת עולם הפרטי פון א אידן, ובמילא מאנט זיך אויך דער לימוד וקיום התורה מחדש, ווארום בראשית בשביל התורה שנק' ראשית, וואס דערפאר הויבט מען נאך אמאל ליינענן די תורה, ווארום עס דארף ווערן א נייער סדר אין לימוד התורה וקיום המצות, דאס הייסט אז עס דארף זיך אנהויבן דער קיום התומ"צ אין א אופן בלחי מוגבל.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-kz9xf3xx
Copies
Recent activity
Sources
- drive