ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ט
י. און דאס איז אויך דער פשט וואס דער רמב"ם זאגט א כלל אין ספר המצות אז א ציווי כללי, אזוי ווי קדושים תהיו אדער ושמרתם את כל מצותי, רעכענט זיך ניט במנין המצות, איז דאך ניט דער פשט אז ער איז פחות במדריגה פון די תרי"ב מצות, אדרבה ער איז נעלה מהם, ווארום ער איז כולל כללות המצות, ובמילא האט ער אין זיך מעלת כל התרי"ג מצות, ולבד זאת האט ער אין זיך נאך א מעלה נוספת, ווארוס בשעת עס קומט צו אין כמות קומט צו אויך אין איכות.
- וע"ד דוגמא פון ענין דבר שבקדוסה וואס דארף זיין בעשרה דוקא, אזוי ווי ברהמ"ז שבעשרה דוקא זאגט מען אלקינו, אדער קדוש גו' מכה"כ וואס מען זאגט בעשרה דוקא, וכמו"כ בכל דבר שבקדושה, איז דאך דורך דעם וואס עס קומט צו דער צענטער איז מצד ריבוי הכמות קומט צו א נייע איכות, ד.ה, אז לבד זאת וואס אין עשרה איז דא אלע צען מעלות קומט דא צו נאך א נייע מעלה.
וע"ד המבואר בתניא בענין שמצירוף כמה אותיות יחד נעשה תיבה, איז דאך לבד מעלת כל אות ואות, קומט דא צו א נייער ענין, און דאס איז דער תוכן התיבה, וואס דאס איז דער אור העולה על כולנה.
ועד"ז אויך במצות הכלליות, אז מצד דעם וואס אין זיי איז דא מעלת כל התרי"ג מצות קומט אין זיי צו אויך א נייע איכות לגמרי -
און דאס וואס זיי זיינען ניט נמנה במניץ המצות איז דאס ניט מצד הפחיתות, אדרבה, דאס איז מצד המעלה, ווארום ס'איז א העכערער ענין לגמרי שלמעלה מגדר מנין ומספר, אפילו למעלה מענין מנין המצות.
און אזוי ווי דאס איז בכללות התורה, אזוי אויך איז אין יעדער עמוד פרטי שבתורה, וואס ס'איז דאך פראן דריי עמודים תורה עבודה וגמ"ח וואס אויף יעדערע פון זיי שטייט א וועלט, איז אין יערער עמוד פראן זיין כלל וואס ער איז דער חיות פנימי של כל הפרטים, און האט אין זיך א מעלה נוספת וועלכע ס'איז ניטא בכל הפרטים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-ccgmktwf
Copies
Recent activity
Sources
- drive