עברית
Library

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה י

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יא. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס מען געפינט כמה סתירות בענין תפלה. וואס דער אלטער רבי שרייבט במכתבו אז די וואס זאגן אז תפלה איז ניט מן התורה לא ראו מאורות מימיהם, איז דאך ניט מובן, ס'איז דאך פראן דיעות פון כמה ראשונים אז תפלה איז מדרבנן, ואפילו לדעת הרמב"ם וכמה ראשונים אז ס'איז מדאורייתא, דארף מען דאך אויך ניט ג"פ בכל יום, נאר ס'איז מספיק פעם אחת ביום, אדער בזמן מן הזמנים, אדער בשעת ער איז מבקש צרכיו איז דא א מצוה ער זאל צו קיינעס ניט מתפלל זיין נאר להשי"ת, היינט פארוואס זאגט דער אלטער רבי במכתבו אז האומרים שתפלה אינה מן התורה לא ראו מאורות מימיהם, און נאך מערער, דער אלטער דבי אליין אין לקו"ת זאגט אז תפלה איז מדרבנן, און ער איז מבאר דעם טעם פארוואס תפלה איז ניט בכלל התרי"ג מצות, וויילע תפלה

איז דוגמת חש העדרה וואס דער חוט השדרה איז ניט בכל האברים - מצות הם אברים - דענין האברים הוא שיש בהם בשר עצמות וגידים משא"כ חוט השדרה?

וועט מען עם פארשטיין בהקדים דעם טעם וואס ער גיט אויף דעם וואס תפלה איז ניט בכלל התרי"ג מצות וויילע זי איז דוגמת חוט השדרה, איז דאך ניט מובן, הן אמת אז זי האט וניט אין זיך קיין בינדעל, צי דען אבער דערפאר איז דאס ניט קיין אבר? די חוט השדרה איז דאך דער חוט וואס זי איז מחי' אלע אברים, ולמה יגרע? מוז מען דאך זאגן דעם פשט, אז דאס וואס זי איז ניט בכלל האברים, איז וויילע זי איז למעלה מהאברים, וע"ד הנ"ל בענין המצות כלליות שאינן במנין תרי"ב לפי שהם למעלה מהמנין.

דאס הייסט אז דער תכלית התומ"צ אויף לברר את העולם, מצרים ויצה"ר, איז דורך מעשים פרטים ומיוחדים וועלכע מען טוט אין א גשם מיוחד. אז דורך עשיית המצות איז מען מבטל דעם חומרי, און דעם גשמי איז מען מזכך ער זאל מקבל זיין רוחניות ואלקות.

בכדי אבער אז די מעשים מיוחדים זאלן אויפטאן פעולתם, ער זאל ניט נתפעל ווערן פון די חומריות ואדרבה מאכן אויס חומריות און מעלה זיין דעם גשמי, מוז אין זיי זיין א חיות נשמה והתלהבות פון די ענינים כללים, וועלכע זיי גיבן אריין חיות אין די מעשים פרטים.

אבער די ענינים כללים אליין זיי טועהן ניט אויף דעם בירור, ווארום וויבאלד זיי זיינען כללים קומען זיי ניט בהתלבשות אין די פרטי הנבראים הגשמיים, דערפאר איז

דער אדער בירור קומט דורך מעשים פרסים דוקא, און דער חיות 38 - הפרטים איז פון דעם כלל.

און דערפאר זיינען זיי ניט במנין הרי"ב, ע"ד הנשמה שאינה נחלקת לרמ"ח חלקים.

און דערפאר זאגט דער אלטער רבי שהאומרים שתפלה. אינה מן התורה לא ראו מאורות מימיהם, וויילע דאס איז אקוראט ווי איינער וועט זאגן אז קדושים תהיו איז ניט מן התורה, איז דאס א ודאי ניט ריכטיק, דהגם שאינו מהתרי"ג מצות, אבער א ודאי איז דאס מן התורה, ווארום די פנימיות ותכלית כל המצות איז דער קדושים תהיו כי קדוש אני און אן דעם איז ניט שייך דער גאנצער ענין פון עשיית המצות.

און דאס איז אויך דער דיוק הלשון פון "מאורות", וויילע תפלה איז די מאורות וועלכע גיס אריין אור וחיות אין כללות כל העבודה. און דאס וואס מען זאגט אז תפלה איז מדרבנן, דאס איז בקשת צרכיו שבתפלה, אבער פנימיות ענין התפלה מלשון התקשרות צו אלקות, דאס איז די מאורות וואס טראגט אריין אור וחיות בכל המצות.

און דאס איז אויך דער משל פון חוט השדרה שאינו בכלל האברים, וויילע כשם ווי די נשמה עצמה איז ניט נמנה בכלל רמ"ח אברי הגוף, אזוי אויך דער מוח וואס ער איז א חומר דק ביותר און א כלי צו השראת הנפש איז אויך ניט נמנה בכלל האברים, ביז אז אויך המשכת המוח שנמשך ע"י חוט השדרה בהחוליות איז אויך ניט בכלל האברים, וויילע ער איז די חיות ופנימיות האברים אבער ניט די אברים עצמם.

עפי"ז

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
Id
rh-0nm7pfn8

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1E0j1BV9SFYRaLV_1jOWQkU…