עברית
Library

ליל ב' דחה"פ

ליל ב' דחה"פ, שיחה ה

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ט. (המאמר ד"ה ויאמר יהושע אל כל העם כה אמר ה' גו'). 9. וימררו את חייהם בעבודה קקה. איז פראן אין דעם צוויי פירושים. א) כפסוטו, דאין מקרא יוצא מפשוטו. ב) פירוש הזוהר אז דאס איז שוועריקייטען אין תורה, ווי ער רעכנט דארטן אויס בפרטיות. ובתו"א מתווך ב' הפירושים (וואס פירוש הזוהר איז דאך מוכרח מצד דעם וואס אלע אידן זאגן דאך אילו לא הוציא את אבותינו היינו משועבדים, ולכאורה, שבט לוי איז דאך קיין מאל ניט נשתעבד געווארן, ומוכרח, אז ס'איז געווען אויך דער שעבוד ברוחניות). אז מצד דעם שעבוד בגשמיות וההעלמות והסתרים איז געווען אויך די סוועריקייטען אין תורה.

און דאס מיינט וימררו את חייהם, אז עס איז ניט געווען די הבנה והקנה, וואס הבנה והשגה גיט אריין א חיות אין דעם פועל ממש, בשעת אבער עס פעלט השגה אדער מען פארביט איר, כדלהלן, איז וימררו את חייהם.

פראן אזוינע וואס פארביטען די ענינים. וכידוע הסיפור בענין נשמות התועות, ווי דער גביר האט געשלעפט דעם פערד און וואגען, און דער בעל עגלה האט געגעבן א שיינע

נדבה צו מי שברך.

עס איז פראן תלמידים וואס פארנעמען זיך בעיקר מיט וענינים של קיום המצות והפצת המעינות. בסעת עס קומט צו תורה טענה'ט ער אז דער ראש ישיבה טייג ניט, דער מספיע טייג ניט, און ער איז דאך א נוח לבריות, ומצד כמה סיבות האט ער ניט קיין קאפ צו לערנען. - דעם יצה"ר דארף מען ניט פארענטפערן, אויף דעם איז ער דאך באשאפן געווארן ער זאל ניט לאזן לערנען, דארף מען דאך ניט זוכן קיין הסברות פארוואס ער וויל ניט לערנען, און ער דארף וויסן, אז עיקר העבודה פון תלמידי הישיבות איז - תורה. און אין ענינים סל צדקה דארף זמען זיך אפגעבען לעת מן העתים, פארן דאוונען דארף זיין צדקה, אדער בשעת פיקוח נפשות ווען ס' איז דא א ענין וואס ס'איז ניטא קיין צווייטער וואס זאל דאם טאן. אבער עיקר ענינו איז תורה.

אזוי אויך פראן בעה"ב וואס עיקר עבודתם דארף זיין קיום המצות, הפצת המעינות ונתינת צדקה, טענה'ט ער, אז איצטער איז ער פארנומען מיט התבוננות פארן דאוונען, דערנאך מיט התבוננות שבתפלה, דערנאך מיט די שיעורים שאחרי התפלה, האט ער ניט קיין צייט צו געבן צדקה.

איז דאס איז א סדר פון נשמות התועות, אז עס פעלט די ריכטיקע השגה וואס מען דארף טאן, וואס אויף דעם זאגט מען, וימררו את חייהם. .

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Nisan 5720 (12 April 1960)
Id
rh-wxa9evr5

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive143a-DiZRoI80YRLyYKWBJr…