עברית
Library

שמיני, מבה"ח אייר

שמיני, מבה"ח אייר, שיחה ח

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יא. מען האט שוין אמאל גערעדט אז חודס אייר איז פארבונדן מיט ספירה, דהגם אז ספירה ציילט מען אויך בחודש ניסן וחודש סיון, דאס איז דאך אבער ניט בכל ימי החודש, משא"כ בחודש אייר איז יעדער טאג די מצוה פון ספירה.

אין יעדער ענין בתורה איז דאך פראן ששים רבוי פירושים בפרד"ם התורה, איז אויך אין דעס ענין פון ספירת העומר פראן א מוסר השכל גאר אין פשטות.

ספירה איז דאך אז מען ציילט די טעג, מען ציילט די צייט. א זאך וועלכע מען ציילט ווייזט דאס אויפן יוקר וחשיבות הדבר, ווי דער דין איז, דבר שבמנין לא בטל. איז פון דעם ענין הספירה וואס מען ציילט די צייט, איז דאך דאס א באווייז אויף די טייערקייט פון צייט, אז יעדער טאג, און ניט נאר א טאג נאר אויך א סעה און אפילו

א רגע א רגע, בסעת מען נוצט אים ניט אויס כדבעי, איז דאך דאס א אבידה שאינה חוזרת.

וואלט מען געהאט איבעריקע צייט, האט מען נאך געקענט טראכטען, אז דאס איז טאקע א אבידה, אבער אעפ"כ איז דאס ניט אזוי געפערליך, ווארוס אמת טאקע אז ער האט אנגע- ווארן די איבעריקע אבער האט נאך גענוג צייט וויפל ער דארף דער אמת איז דאך אבער אז ימים יוצרו. דער אויבערשטער גיט יעדער מענטטן ימים ושעות קצובות אין וועלכע ער דארף דורכ- פירן זיין עבודה און צוקומען צו זיין שלימות, מען גיט ניט זמיט קיין איין מינוט ווייניקער אבער אויך ניט מיט קיין איין מינוט מערער, ובמילא, בשעת ס'איז דורך א מינוט וועלכע ער האט ניט אויסגענוצט כדבעי, פעלט דאך אים אין זיין סלימות צו וועלכע ער האט געדארפט צוקומען. און דאס הייסט ניט נאר אז עס פעלט אים דער פרט, נאר עס פעלט איס אין כללות השלימות צו וועלכע ער האט געדארפט צוקומען, ד.ה. אז אין יעדער פרט ופרט מעבודתו איז ער א חסר בסיבת החסרון פון דער מינוט. .

וואס דאס איז דאך אויך א הוראה אין ספירה, אז בשעת מען פארפעלט איין טאג, איז דאס נוגע אין דעם כללות ענין התמימות.

וואס דאס איז אויך וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט אז א זייגער איז א שטומער מוסר זאגער. ער זאגט דאך גאר ניט, אבער קוקענדיק ווי יעדער וויילע רוקט זיך דער ווייזער, איז דאס דער בעסטער מוסר זאגער, און אויך א התבוננות קלה אין דעם איז מספיק אויף פועל'ן בא זיך ליקר את הזמן.

טבע

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
26 Nisan 5720 (23 April 1960)
Id
rh-thfgr8z7

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1vYzglmC1zGwT0oN0zwD5m4…