שמיני, מבה"ח אייר
שמיני, מבה"ח אייר, שיחה ו
ז. וכל הנ"ל איז א הוראה בעבודה אויך איצטער, דמסחרב ביהמ"ק איז דאך ניטא הקרבת הקרבנות בגשמיות, איז אבער פראן ענינם ברוחניות, און דער סדר העומר איז, אז פריער איז די קצירה, מהחל חרמש בקמה, בחי' צומח (חסר קצת) פון שעורים מאכל בהמה, נה"ב, און דערנאך איז די ספירה שהו"ע הבירור והזיכוך, וכפירוש אדמו"ר הזקן וספרתם מלשון קלאר מאכן, אז מען איז מזכך את העולם בפנימיותו, ביז ער ווערט א כלי. להגילויים דלעתיד.
ה. נאך דעם וואס ער דערציילט אין פסוק וועגען דעם גילוי פון יום השמיני וואס האט ארויסגערופן בא כל העדה אז ויקרבו לפני הוי', זאגט ער ווייסער, ויאמר משה זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא אליכם כבוד הוי', פרעגן מפרשים, וואס איז דער זה הדבר, אויף וואס גייט דאס? מען קען ניט לערנען אז דאס גייט אויף הקרבת הקרבנות וואס ער זאגט ווייטער, ווארום א) אויף דעם זאגט ער דאך נאך אמאל ויאמר, ב) דאם איז דאך געווען א ציווי לאהרן און דא זאגט ער דעם לשון תעשו לשון רבים.
מען האט שוין כמה פעמים גערעדט אז ס'איז פראן כמה ענינים פון פנימיות התורה וואס זיי שטייען בפירוש אין נגלה, אז אנדערש קען מען זיי גאר ניט לערנען.
אין תורת כהנים טייטשט ער דעם פסוק, זה הדבר: אמר להם משה לישראל אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ותהיו כולכם ביראה אתת ובעצה אחת כו' ותהי' עבודתכם מיוחדת לפניו, כמו שהוא אית' יחיד כמ"ש הוא אלקי האלקים ואדוני האדונים, כך תהי' עבודתכם מיוחדת לפניו.
תורת כהנים איז בכלל א ספר פון הלכות, גליא שבתורה.
ביז אז ביז אז די גמרא רופט עס אן הלכות חמורות. און דא זאגט ער א ענין וואס איז לגמרי פנימיות התורה, עס איז ניט דער סגנון פון נגלה, אפילו ניט דער סגנון פון אגדתא, והראי', דער שטיקעל תורת כהנים בריינגט זיך אין צואת הריב"ש, און ווען מען זאל ניט זעהן די פאר ווערטער וואס ער זאגט דארטן אז ער בריינגט עס פון תורת כהנים, האט מען געקענט מיינען אז דאס איז איינע פון די ליקוטי תורות של הבעש"ט.
אין אור החיים הקדוש פרעגט ער אויך וואס איז דער זה הדבר, און ער איז מבאר, אז נאך דעס וואס משה האט געזעהן די התעוררות בא אידן אז ויקרבו לפני הוי', האט ער זיי געזאגט, אז זה הדבר אשר צוה הוי', די זאך וואס זיי טועהן איצטער, תעסו זאלן זיי דאס טאן שטענדיג, שויתי הוי' לנגדי תמיד. דער נאך שרייבט ער: אחר שכתבי זה בא לידי מדרש חז"ל און ס'איז מתאים מיטן פירוס וואס ער זאגט.
' הייסט דאך דאס אז דער ענין וואס די מכילהא זאגט מען זאל זיין בעצה אחת וביראה אחת וכו' איז דאס דער זעלבער ענין פון ויעמדו לפני הוי', וואס אויף דעם האט דאך משה זיי געזאגט אז דער ענין זאל בא זיי זיין שטענדיג און וואס איז דער ענין - עצה אחת רכו'.
עצה אחת מיינט, אז ס'איז ניט מספיק מעשה אליין, הגם שהמעשה הוא העיקר, נאר עס דארף זיין אויך כוונת המצות. וואס יעמולט איז דאס עצה אחת, איין מחשבה, ווארום אויב ניט איז דער לייגט תפילין און טראכט בשעת מעשה וועגען זיין געשעפט מיט האלץ, און דער לייגט תפילין און טראכט בשעת מעסה וועגען זיין געשעפט אין כלי כסף וזהב, איז דאך דאס ניט קיין איין מחשבה,
דערמיט איז מען זיך ניט מסתפק און מען זאגט עס זאל זיין אויך יראה אחת. ווארום אפילו בשעת ס'איז פראן כוונת המצות מיט אהוי"ר וואס דורך דעם איז פרחא לעילא, פונדעסטוועגען קען דאך דאס זיין אין א אופן אז ס'איז ניט יראה אחת, בא דעם איז יראת העונש און בא דעם איז יראת הרוממות וכו', זאגט מען אז עס דארף זיין יראה אחת.
ביז אז עבודתכם תהי' מיוחדת לפניו, וואס דאס איז די עבודה שמצד בחי' יחידה, העכער פון כחות הגלויים, וואס זי איז פארבונדן מיט יחיד, וואס אויף דעס זאגט ער כמו שהוא ית' יחיד.
און בריינגט די ראי' כמ"ש הוא אלקי האלקים ואדוני האדונים. איז דער פשט פון דער ראי' איז: אין זוהר פרעגט ער אויף דעס פסוק, וואס זאגט מען אז דער אויבערשטער איז אלקי האלקים, דלכאורה מצד דעם אליין גיט מען דאך א ארט זאויך צו זיי ח"ו נאר מען זאגט אז ער איז העכער פון זיי, ענטפערט ער אין זוהר, אז דאס גייט אויף מלאכים. און אין חסידות שטייט אז דאס גייט אויף נאך העכער פון מלאכים, אלע מדריגות דהשתלשלות, און אויף דעם זאגט מען, הוא אלקי האלקים, אז ער איז העכער מכל בחינה ותואר, וויילע ער איז א פשוט, און דאס מיינט יחיד.
ומצד דעם מאנט מען אויך בא אידן שתהא עבודתכם מיוחדת, ניט אין הרכבה פון כחות הגלויים נאר מצד פשיטות: עצם הנשמה, וואס דאס פארבינדט זיך מיטן יחיד. וואס דאס איז אויך דער ענין פון לפני הוי', העכער פון אלע שמות, כנ"ל.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 26 Nisan 5720 (23 April 1960)
- Id
- rh-s7a4wp7v
Copies
Recent activity
Sources
- drive