עברית
Library

ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל

ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד, שיחת ליל ה' (אור ליום ועש"ק) פ' נח תש"כ

א. ווי עס פירט זיך אלע מאל, אז מען הייבט אן מיט א ענין פון תורה, וואס מען לייענט די וואך, וואס תורה און אירע אנווייזונגען זיינען דאך נצחיות בכל דור ודור, בכל זמן ובכל מקום, און פון דעם אליין וואס יעדער וואך לייענט מען די תורה איז א ראי' אז אין דער פרשה איז מרומז און ס' איז אין איהר דא הוראות בנוגע די מאורעות וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער וואס אין וועלכע מען לייענט די סדרה.

צום סוף פון היינטיקער סדרה דערציילט ער ווי מענטשן וועלכע זיינען געבליבן נאכן מבול האבן מורא געהאט זיי זאלן זיך ניט פארנאנדערשפרייטן און צוליב דעם צוועק האבן זיי געבויט א שטאט מיט א טורעם, און דעס אויבערשטען איז דאס זייער ניט געפעלן געווארן ביז אז ער האט גענומען ספיציעלע מיטלען אויף צו שטערן דאס.

אויבן אויף איז ניט פארשטאנדיק נאך וואס דערציי- לט דאס אונז די תורה, וואס קענען מיר אפלערנען פון דער מעשה וועלכע האט פאסירט מיט טויזענטער יארן פריער, פון דעם אבער וואס די תורה דערציילט עס, און מיט אזא אריכות און מיט אזויפיל פרטים, וואס כמה וכמה דינים שטייען אין דער תורה נאר ברמז און די מעשה שטייט באריכות ובפרטיות, מוז מען דאך זאגן אז אין דער מעשה איז דא א טיפער אנווייז פאר אונז אין אונזער דור, פאר אונזערע עלטערן אין זייער דור, און פאר אונזערע קינדער און אייניקלאך

אין זייער אין זייער דור.

בנוגע די אנווייזונג פון דער מעשה פאר אונזער דור זאיז - באטראכטנדיק זיך ווען און אין וועלכן מצב איז די מעשה געשעהן, די מעשה האט פאסירט נאך דעם וואס ס'איז געווען א ברייטער מבול, און ס איז איבערגעבליבן א טייל מענטשן וועלכע עס האבן זיך געראטעוועט פון דעם מבול, איז פון דעם אליין זעט מען אין דערוף א ענליכקייט צו אונזער צייט, אז נאך דעם מבול וועלכער איז געווען מיט אייניקע יארן פריער וואס האט אויסגעראטן מיליאנען אידן, איז די אידן דער שארית הפליטה וועלכער ס' איז געבליבן און געראטעוועט זיך פון דעם מבול, דארפן זיי האבן די באווארעניש אז זיי זאלן זיך ניט אויספירן ח"ו אזוי ווי דער שארית הפליטה וואס ס'איז געבליבן פון יענעם מבול, און דערמיט אויך באווארענען אז עס זאל ניט זיין ח"ו די תוצאות וועלכע עס זיינען געווען דאן.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
4 Cheshvan 5720 (5 November 1959)
Id
rh-rbr6316y

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive13hquCLRyl4f6YEYCHfga0-…