עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ה

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ז. אזוי אויך נאכדעם וואס דעם בעל שס טוב'ס נשמה האט זיך געשייד מיט איר קערפער, איז געווארן דער פירער בא אידן איינער פון זיינע תלמידים דער מעזריטשער מגיד, און ער האט ערקלערט נאך טיפער און נאך ברייטער דעס אויבענדערמאנטען אויפפירונג און ווי מ'דארף זיך לערנען, אז מ'דארף זיך לערנען פון יעדן איינעם, ניט נאר פון א אידן נאר פון וואס פאר א מענטש ס'זאל ניט זיין.

און האט זיך געשטעלט אויף דעם וואס עס שטייט אין פסוק והי' בית עשו לקש (עובדי' א, יח). עשו - ווייסט איר דאך אלע, איז דאס דער וועלכער האט מלחמה געהאט מיט יעקב יעקב אבינו, און בית עשו ווערן אנגערופן די אלע וועלכע האבן מלחמה מיט אידן און אידישקייט, מיט תורה און מצות, זאגט אן דער פסוק א פרייליכע בשורה אז בית עשו וועלן זיין ווי שטרוי. האט אויף דעם געפרעגט דער מגיד, אמת טאקע שטרוי איז א שוואכע זאך, אבער ס'איז דאך דא און

פארנעמט א ארט, און מ'קען האבן דערפון נוצן, עס איז דא פערשידענע זאכן וואס מ' ארבעט איבער די שטרוי און דערנאך קען דער מענטש דאס ניצן פאר א גוטע זאך. איינע פון די זאכן - ווי דער מגיד בריינגט - איז אז ווען מ'פארברענט שטרוי אויף א פעלד וואקסט דארטן דערנאך בעסער די פרוכט, ווי עס וואלט געוואקסין אן דעס. איז ניט פארשטאנדיג - זאגט דער מגיד - וואס איז דאס פאר א פרייליכע בשורה אז בית עשו די וואס האבן מלחמה מיט אידן, אלץ וועט נאך זיין אין זיי א גוט זאך, וועלן זיין אזוי ווי שטרוי, ס'וואלט געווען א גרעסער שמחה ווען זיי וואלטן אינגא- נצן ניט געווען.

האט דער מגיד אויף דעם געענטפערט, אז אפילו פון ניט קיין אידן און אפילו פון אזא מין וואס האט מלחמה מיט אידן און אידיסקייט קען מען אמאל עפעס אאבן זא גוטע פרי א גוטע זאך. אזוי ווי ווען מ'פארברענט שטרוי ווערט דאך דעמאלט די שטרוי אויס זאך, איז דורך דעם אבער וואקסט אויס א גוטע פרי. איז אזוי אויך אפילו פון אאזא וואס האט מלחמה מיט אידישקייט, עס קומט אבער ארויס פון איר א נוצן. אזוי אויך פון די בית עשו קען זיין א פרייליכע זאך, א שמחה וואס דאס איז א אפלערנונג ווי צו גיין אין דעם אויבערשטענס וועגן.

ה. און דערפאר איז דא די מעשה פון בעל שם טוב וואס ער האט זיך אפגעלערנט פון א גוי להבדיל ווי אזוי צו דינען דעס אויבערשטען, כאטש אפילו דער בעל שם טוב איז שוין יעמולט געווען אנטפלעקט אלעס דער גרעסטער הייליקער מענטש אין זיין צייט, און דאס האט פאסירט

ווען איינמאל איז דער בעל שם טוב געזעסן מיט זיינע תלמידים אין בית המדרש און געלערנט אדער געדאווענט, איז דורך געפארען א גוי מיט א וואגן אין דעם געסיל וואו ס'איז געווען דער בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים. דער וויילע אזוי ווי ס'איז געווען שווער דער פארען ווייל דער וואגען איז אריין אין א בלאטע. האט דער גוי ארייגע-. רוקט זיין קאפ אין בית המדרש וואו ס'איז געזעסן דער בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים און האט געבעטן מ'זאל אים העלפן ארויססלעפן דעס וואגן פון דער גרויסער בלאטע. אזוי ווי ס'איז געווען א שווערער וואגן און א גרויסע בלאטע, האבן זיי אים געענטפערט אז זיי האבן ניט קיין כח צו ארויסשלעפן דעם וואגן פון אזא מין טיפע בלאטע. האט זיי דער גוי געענטפערט אויף זיין שפראך וועלכער ער האט געקענט ריידן - אוקרייניש - מאשיש דא ניע כאטשיש - דאס הייסט אז קענען קענסטו נאר וואדען דו ווילסט ניט, און אז מען וויל ניס ווייזט זיך אויס אז מען קען ניט.

האט דער בעל שם טוב דערנאך ערקלערט צו זיינע תלמידים און האט געזאגט אז דאס וואס דער גוי האט געזאגט איז דאס ניט קיין צופעליגע זאך, נאר מען דארף זיך דערפון אפלערנען ווי צו דינען דעם אויבערשטען, אז מ'זאל ניט מיינען אז מ'קען ניט און אז מ'הייסט לערנען מערער חומס, משניות, דינים צי עברי, ווייזט זיך אז מ'האט קיין כח ניט אויף דעם ווייל מ'איז שוין פארמאטערט. די זעלבע זאך איז אויך בא ערוואקסענע מענטשן ווען מ'לערנט סוין גמרא מיט תוספות, רמב"ם, שולחן ערוך, חסידות און גאר טיפע חסידות, האט דער בעל שם טוב דערויף געזאגט אז

מ'דארף מאסיש דא ניע כאטשיס, אז מ דארף וויסן אז קענען קען מען, ווייל כח גיט דער אויבערסטער צו טאן אלע גוטע זאכן, נאר וואדען אזוי ווי מען וויל ניט איבער דעם וואס מען הערט זיך צו צום יצר הרע, ווייזט זיך אויס אז מען קען ניט.

און דאס איז דער ביישפיל אז פון בית עשו אפילו להבדיל פון א גוי קען אויסוואקסין א גוטע פרי, גוטע פירות פון וועלכע אלע קענען אפלערנען זיך נאך בעסער ווי צו זיין אין דעם אויבערשטענס וועגן.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-q38mwtwg

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…