יום שמח"ת
יום שמח"ת, שיחה ד
ד. מצד דעם איז דאך מובן די גרויסקייט פון דער אחריות אויב מען נעמט אין דעם אויר והבל שאין בו חטא, וואס דאס איז בדוגמא דלעתיד, און מען טראגט דארטן אריין דעם אויר העולם שיש בו חטא.
אד.ה אויב מען נעמט תשב"ר און מען לערנט מיט זיי עניני חכמות העולם, וואס דורך דעם נעמש מען אויר שיש בו חטא און מען טראגט דאס אריין אין א אויר שאין בו חטא בדוגמא דלעתיד.
כאטש אז קיין איסור איז ניטא אין דעם לכאורה, ווארום דער איסור פון לפני עור איז שייך אויף א גדול דוקא און ניט אויף א קטן, דער גאנצער חיוב איז נאר מצד חינוך, וואס דאס ליגט דאך נאר אויפון אב אדער אויף ב"ד אבער ניט אויף אנדערע, איז דאס אלץ בהנוגע לענין שכר ועונש. אבער בנוגע צום עצם ענין, איז דאך דאס א גוואלדיגע אחריות אין דעם וואס מען נעמט א ענין של טומאה און מען טראגט זי אריין אין א ארט וואס דארטן איז גארניטא קיין נתינת מקום לטומאה.
דעס שטייט אין רמב"ם אז הקשה חכם אחד אז מען זעהט דאך אז אין וועלט איז רע מערער ווי טוב, איז ווי קומט עס אז דער אויבערשטער זאל געבען רע? זאגט אויף דעם דער רמב"ם, אז איןיועיורד מלמעלה, און די עניני רע וועלכע זיינען דא, דאס קומט פון דעם מענטשן אליין.
אויב דאס איז אזוי בכללות העולם, אז מצד עצמו איז דאס א ארט פון כולו טוב, און דער רע איז נאר מצד מעשה בני אדם, איז דאך כ"ש וכ"ש אין ארט פון תשב"ר, א אויר מזוכך בדוגמא דלעתיד, און דורך אריינטראגן דארטן ענינים של לימודי חול, טראגט מען דאך דארטן אריין עניני רע.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
- Events
- Simchas Torah day
- Id
- rh-prgx9knr
Copies
Recent activity
Sources
- drive