ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ב
ב. מיר געפינען זיך דאך איצטער אין א קעמפ וואס רופט זיך "גן ישראל", וואס דאס מיינט א גארטען פון אידן. ווארום יעדער איד ווערט אנגערופן מיטן נאמען ישראל,
ספעציעל אויך האט מען אויסגעקליבן דעם נאמען, כאטש אידן האבן דאך נאך נעמען אזוי ווי דער נאמען יעקב א.א.וו. ווייל דער נאמען ישראל איז אויך דער נאמען פון מורנו הבעל שם טוב, וואס ער האט אנטפלעקט די חסידישע לערנונגען מיט די חסידישע הנהגות. ווי ס'זאל זיך אויפ- פירן אויף דער וועלט, און ער האט עס איבערגעגעבן צו אלע אידן, אז ביסלכווייז זאל דאס צו זיי צוקומען און זיי זאלן זיך אזוי פירן.
און אזוי ווי צדיקים זיינען אלעמאל לעבעדיק
דורך דעם וואס מ'לערנט זייער תורה און מ'פירט זיך אויף ווי זיי האבן געלערנט און אנגעוויזן, איז אויך דער נאמען גן ישראל א לעבעדיקער נאמען נאך א לעבעדיקן ישראל, וואס דאס איז דער בעל שם טוב.
וובפרט איז אויף דערויף צוגעפאסט די צייט היינט- ווגם יאר. וואס ס'איז געווארן צוויי הונדערט יאר זינט דעם בעל שם טוב'ם נסמה האט זיך געשייד מיטן גוף זיינעם. אבער אזוי ווי די נשמה פון יעדן אידן וואס א מנהיג פון אידן, בלייבט דאס - די נשמה - בא זיינע תלמידים. און דערפאר ווען מ'דערמאנט א תורה וואס דער בעל שם טוב האט געלערנט און מ'פירט זיך אויף אין די וועגען וואס דער בעל שם טוב האט אנגעוויזן, איז ער מיט יעדערן פון אונז און העלפט יעדערן אויף צוגיין אין די וועגען וואס ער האט געבענטשט און געגעבן כח, און האט אנטפלעקט די וועגען וואס מ'זמל אין. זיי גיין ביז משיח צדקנו וועט קומען און וועט אונז' ארויסנעמן פון גלות, וואס דאן וועט אויך דער גוף פון בעל שם טוב אויפשטיין און זיין נשמה וועט זיך אנטאן אין גוף און מיר וועלן אלע צוזאמען גיין אין דער גאולה האמיתית, אין דער אמת'ע גאולה אנטקעגען משיח צדקנו. און צו האבן דעם זכות צו דעם דארף מען זיך אויפפירן ווי דער בעל שם טוב האט אנגעוויזן.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-p2bw9cfw
Copies
Recent activity
Sources
- drive