כ"ד סיון, שיחה לתלמידי בוסטון
רשימת דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א להתל' מבוסטון שזכו להכנס לחדרו הק'
היינט האט מען אנגעהייבען לייענען א נייע סדרה אין איהר ווערט דערציילט וועגען דעם שבט לוי, און ווי דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבען אז זיי זאלען זיין די פארשטייער פון דעם אידישען פאלק אויף צו טאן די עבודה פון דעם אויבערשטען אין משכן און אין מקדש אויף צו מקריב זיין קרבנות, און דורך דעם ממשיך זיין די ברכות פאר דעם גאנצען אידישען פאלק, וואס דאס איז דאך אויך וואס פון זיי האט מען אויסגעקליבען די כהנים אז זיי זאלען בענטשען דעם אידישען פאלק.
וואס דאס איז דאך געווען בעת דער ביהמ"ק איז געווען קיים, יעצט אבער איז דאס וואס עס איז נישטא איז דאס נאר בגשמיות, פיזיקעלי, אבער דער אינהאלט, אין רוחניות - אין נשמה לעבען איז דאס פאראן אויך איצט. וואס דערפאר איז דאך פאראן דאס וואס דער רמב"ם איז מבאר אז די עבודה פון שבט לוי איז פאראן אויך איצט און ביי יעדען איינעם פון אידישען פאלק, וואס דאס איז בעת אז מען קלייבט אויס צו גיין אין דעם וועג, און דער רמב"ם גיט צו ערקלערן אז דאס איז בעת מען קלייבט אויס אויף צו עוסק זיין זיין אין דער ג-טליכער עבודה, אויף צו איבערגעבען זיך צום לימוד התורה און קיום המצות, און נישט נאר פאר זיך, נאר פאר יעדען איינעם פון אידישען פאלק, איז יעמולט א חוץ דעם אז ער באקומט אלץ אין וואס ער נויטיגט זיך, איז אין צוגאב צו דעם ווערט נתוסף אין די ברכות פארן גאנצן אידישען פאלק.
וואס דאס הייסט אז בעת עס זיינען פאראן אינגלאך און מיידלעך וואס גייען אין א ישיבה, זיי לערנען דעם אויבערשטענ'ס תורה, און זיי פירען זיך אויף אין דער פאסיגער אויפפירונג, און זיי זיינען מקיים מצות אין אופן וואס דאס גיט א ביישפיל פאר אלע אידען ווי מען דארף זיך אויפפירען, איז אין תוכן זיינען זיי אזוי ווי שבט לוי און די כהנים וואס עס זיינען געווען אין דער צייט וואס דער ביהמ"ק איז גערוען קיים, און עס ווערען זיי געגעבען דעם אויבערשטענ'ס ברכות צו אלעס וואס זיי בעדארפען און דורך זיי קומט דאס אהן אויך צו זייערע עלטערן און צו די וואס לערנען מיט זיי און צו די וואס פירען מיט זיי אן, און דורך זיי צו דעם גאנצען כלל ישראל.
וואס דערפאר איז די יארן וואס זיי זיינען זוכה צו גיין אין ישיבה, און צו לערנען דארטן בהתמדה, און צו אויפפירען זיך ווי עס בעדארף צו זיין, דארף דאס יעדער איינער פון זיי פילען אז דאס איז דאס גרעסטע וואס עס קאן זיין ביי אידען, וואס דאס הייסט אז איהר זייט די כהנים און די לויים, וואס דורך דעם זייט איהר מקבל די ברכות אין אלעס וואס איהר דארפט, און וואס אייערע עלטערן נויטיקען זיין און דורך אויך צו דעם גאנצען כלל ישראל.
וואס דערפאר וויל איך אייך, איצט, בענטשען אז אוועקפארענדיק פון דאנענט זאלט איהר צוגעבען אין לערנען מיט התמדה, און צו אויפפירען זיך אין א אופן וואס עס זאל זיין א ביישפיל פאר אנדערע ווי צו אויפפירען זיך, און דורך דעם וועט איהר מקבל זיין די ברכות אין אלעס וואס איהר נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
דא געזונטען זומער און א פרייליכען זומער, און איהר זאלט איבערגעבען א גערוס צו אלע אייערע חברים און חברות אין באסטאן, און מען זאל זיך ווייטער זעהען ביי פרייליכע געלעגענהייטען, ביז אז עס וועט קומען משיח צדקנו און וועט אונז פירען אצוריק קיין ארץ הקדושה און וועט בויען דעם ביהמ"ק וואס יעמולט וועט וויטער זיין די עבודת השי"ת דורך די כהנים אזוי ווי עס איז געווען בעת דער ביהמ"ק איז געווען קיים.
פארט געזונטערהייט איהר זאלט האבען א גוטען זומער און א פרייליכע פארונג. און מען זאל זיך זעהען וויטער אין א גוטען אופן און א פרייליכען אופן - געלעגענהייט.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 24 Sivan 5720 (19 June 1960)
- Id
- rh-mt4jk1c3
Copies
Recent activity
Sources
- drive