מטו"מ, מבה"ח מנ"א
מטו"מ, מבה"ח מנ"א, שיחה א
בס"ד. שיחת ש"פ מטו"מ, מבה"ח מנ"א, ה'תש"כ.
א. אין התחלת הסדרה זאגט ער, וידבר משה גו' זה הדבר אשר צוה ה' גו', איז ניט מובן, אין תורה ובפרט אין תושב"כ איז דאך יעדער זאך מדויק, נאך וואס זאגט ער אין דער פרשה זה הדבר אשר צוה ה', אלע פרשיות וואס משה האט געזאגט איז דאך פון אויבערשטן און נאך וואס דארף ער דא בפרט מפורש זיין זה הדבר אשר צוה ה'? .
אמען קען ניט זאגן אז דארטן וואו ער זאגט זה איז דאס אזוינע זאכן אויף וועלכע מען דארף אנווייזן זה, וויילע דאס איז מערניט ווי לשעה, דערפאר ווייזט ער איצטער אן און זאגט זה הדבר וויילע שפעטער וועט מען דאס ניט קענען באווייזן - וויילע פרשת נדרים איז דאך ניט לשעה און ס'איז נוהגת בכל זמן.
מוז מען דאך זאגן, אז דאס וואס ער זאגט בפרשה זו זה הדבר אשר צוה ה' איז דאס להורות על כל הציוויים. איז דאך אבער ניט מובן, פארוואס די הוראה על כל הציוויים איז בפרשה זו דוקא. דלכאורה האט געדארפט זיין די הודאה כללית על כל המצוות אין א ציווי כללי, און ניט במצות נדרים וואס דאס איז גאר ניט קיין מצוה חיובית. און נאך מערער, אז לבד זאת אז ס'איז ניט קיין חיוב, מען קען אפלעבן די גאנצע הונדערט און צוואנציק יאר און קיינמאל ניט טאן קיין נדר. איז נאך מערער, עם שטייט גאר טוב שלא תדור משתדור, איז דאס נאך ווייניקער ווי מצוות הרשות, און פון דעם וואס די הוראה כללית על כל המצוות, אז אלע מצוות זיינען אן ענין פון זה הדבר אשר צוה ה', איז במצוה זו דוקא, איז מובן אז מצות נדרים איז א מצוה כ כללית.
וב. אזוי געפינט מען אויך אין לקו"ת ע"פ זה הדבר איז ער מבאר אז דאם איז ענין יחוד יסוד ומלכות. דבר איז מלכות, און זה איז יסוד. און זה הדבר איז יחוד יסוד ומלכות. ומתאים להנ"ל איז דער טייטש זה איז אז מען קען אנווייזן מיטן פינגער כו' - וואס דאס איז ע"י יחוד יסוד ומלכות, שעי"ז נמשך גילוי אלקות בנבראים.
וואס דער ענין פון יחוד יסוד ומלכות איז כללות המצוות, כדאי' בפע"ח שקודם כל מצוה דארף מען זאגן לשם יחוד קוב"ה ושכינתי', דשכינתי' הוא בחי' ממלא ובחי' מלכות מלשון ששוכנת בתחתונים, וקוב"ה איז בחי' סובב, וע"י המצוה נעשה יחוד סובב וממלא.
וואס דער יהוד דריקט זיך אויס אין דעם ענין פון נצחיות התורה, וואס אויף תורה שטייט בכל יוס ויום יהיו בעיניך כחדשים, און אמאל שטייט חדשים (אן א כ"ף הדמיון). דהגם שהתורה כבר ניתנה א סך יארן, פונדעסטוועגן זאגט מען אז דאס איז שטענדיק א נייעס, ווארום כל הקורא ושונה הקב"ה קורא ושונה כנגדו. און דאס איז ניט נאר פשט אז דער אויבערשטער חזר'ט איבער נאך אמאל, נאר דער פשט איז אז דאס איז טאקע א נתינה מחדש, וואס עס ווערט געגעבן תורה שטענדיק פון דעם נותן הזורה. וואס דאס איז אויך וואס דער אלטער רבי איז מדייק דעם לשון נותן התורה לשון הוה, אז ער ג גיט שטענדיק די תורה בכל יום.
וואס מצד דעם האט דאך אויך דער בעש"ט געמאנט אז תומ"צ זאל זיין שטענדיק ניט א חיות והתלהבשות, דלכאורה ווי קען זיין שטענדיק א היות והתלבשות אין א זאך וועלכע מען האט שוין לאנג, און פונדעסטוועגן זאגט מען מה להלן באימה ביראה ברתת ובזיעה אף כאן כו', דלכאו' ווי קען דאס זיין? נאר דער טעם אויף דעם איז, וויילע שטענדיק איז דא נתינת החורה מחדש.
וואס דאס איז אויך וואס עס שטייט ואין צואת הריב"ש אז פאר יעדער הפלה דארף מען זיין גרייט אויף אויסגיין אין דער תפלה. הגם אז ער האט דאך שוין געדאוונט נעכטן און אייער נעכטן, נאר וויילע יעדער מאל איז דאס א תפלה חדשה. :
וואס דער ענין פון נצחיות התודה איז דאס מצד דעם ענין פון יחוד. קוב"ה ושכינתי'. ווארום דער אויפטו אין נצחיות התורה איז דאך אז אויך תורה ווי זי קומט אראפ למטה בגדר הזמן איז זי א נצחית. ווארום למעלה זיינען דאך אלע ענינים נצחיים, און דער אויפטו אין תורה איז אז אויך ווי זי איז תחת הזמן איז זי אויך א נצחית. וואס דאס קומט מצד ענין יחוד קוב"ה ושכינתי', אז אויך בבחי' שכינתי' וואס דאס איז גדר הזמן, אויך דארטן איז דא גילוי בחי' קוב"ה, וואס מצד דעם איז זי א נצחית.
וואס דאס איז כללות ענין המצוות. און וויבאלד אז דער ענין כללי שבמצוות, זה הדבר, שטייט דאס במצות נדרים, איז מוכרח אז מצות נדרים איז א מצוה כללית.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 28 Tammuz 5720 (23 July 1960)
- Id
- rh-mq54bhvf
Copies
Recent activity
Sources
- drive