כ"ו סיון, שיחה להמדריכות ד"מחנה אמונה", ולהמסיימות ד"בית יעקב" תחי'
בס"ד. ר"ד מה שדיבר כ"ק אדמו"ר שליט"א להמדריכות של מחנה "אמונה" ולמסיימות
"בית-יעקב", יום ג' כ"ו סיון, תש"כ. אזוי ווי דא געפינען זיך מדריכות פון אידישע קינדער, וואס אויך די וואס האבן פארענדיקט בית-יעקב (און אזוי אויך אנדערע מוסדות שעל טהרת הקודש) גרייטן זיך דאך צו זיין טיטשערינס אדער מדריכות אין זייערע אייגענע הייזער וועלכע זיי וועלן בויען בע"ה.
הדרכה פון קינדער איז די וויכטיקסטע זאך אין זייער לעבן, ווארום אין דער הדרכה איז אפהיינגיק דער גאנצער צוקונפט פון זייער לעבן.
וואס פון דעם איז פארשטנדיק דער גרויסער אחריות וועלכער ס' איז דא אין דעם, און אויך דער גרויסער זכות וואס דער אויבערשטער גיט צו די מענטשן, וואס ער שטעלט זיי צו זיי זאלן מדריך זיין קינדער וועלכע וועלן גיין אין דרך החיים, וואס דאס איז דער דרך התורה ומצות.
יעדער זאך איז בהשגחה פרטית, און ווי עס ווערט ערקלערט אין תורת הבעש"ט אז ס'איז ניטא אפילו א קליינקייט וועלכע זאל זיין במקרה ח"ו, נאר בהשגחה פרטית פון אויבערשטען, ובפרט די ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט ערציהען אידישע קינדער, איז דאך זיכער אז זיי זיינען בהשגחה פרטית אין דער מאקסימאלסטער מאס.
וויבאלד אז איהר זייט מדריכות פון אידישע קינדער, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז ניט קיין צופאל, נאר דאס איז באשטימט פון אויבען, אז דער אויבערשטער האט אויך באשטימט און איבערגעגעבען דעם צוקונפט פון זיינע קינדער (ווארום אויף אלע אידן שטייט בנים לה' אלקיכם) אין אייערע הענט, און האט ארופגעלייגט . זאויף אויך די הייליקע פליכט איהר זאלט זיי מדריך זיין, וואס די השפעה וועלכע זיי וועלן קריגן פון אייך, וועט אין זיי פארבלייבן גאר א לאנגע צייט.
די רז"ל זאגן אונז, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. ד.ה. אז בשעת דער אויבערשטער מאנט בא א מענטשן א געוויסע זאך און לייגט אויף אים ארוף א געוויסע פליכט, גיט ער אים די כחות ער זאל דאס קענען דורכפירן. און וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אויף אייך ארופגעלייגט דעם פליכט פון ערציעהן אידישע קינדער, האט ער זיכער געגעבען אייך כחות אויף דעם, איהר זאלט קענען ווירקן אויף זיי, זיי זאלן גיין אין דער גוטע וועג, די וועג פון תורה, וועלכע בריינגט אמת'ן גליק און לעבן.
נאר אזוי ווי אויף יעדער זאך איז דא בחירה חפשית, במילא איז דאס אפהיינגיק דאן אייער ווילן, אז איהר זאלט וועלן אויסנוצן די כחות וועלכע מען גיט אייך, ובשעת אז איהר וועט נאר וועלן, וועט איהר זיכער מצליח זיין.
און דער אויבערשטער זאל געבען איהר זאלט וועלן מיט א אמתצו אויסנוצן אייערע כחות, וואס דאן וועט איהר מצליח זיין אויף צו אויפשטעלן א דור אויף וועלכן איהר וועט קענען זאגן מיט א אמת'ן געפיל - ראו גדולים שגידלנו.
און דאס וועט בריינגען אויך הצלחה אין אייערע אייגענע ענינים, אין אלע פרטים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 26 Sivan 5720 (21 June 1960)
- Id
- rh-m1m2kejp
Copies
Recent activity
Sources
- drive