עברית
Library

ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל

ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. קוקענדיק אויבן אויף די מעשה וועלכע עס האט געשעהן דאן, זעט זיך ניט אין וואס איז באשטאנען דער חטא פון דעס וואס זיי האבן געוואלט אויפבויען א שטאט און א טורעס וואס דער אויבערשטער האט עס אויף אזוי שטארק ניט געקענט ליידן ביז ער האט גענומען מיטלען צושטערן זייער פלאן אז ער זאל ניט קומען צושטאנד.

לויט ווי די תורה דערציילט איז וואס האבן זיי געוואלט טאן - בויען א עיר ומגדל, און צוליב וועלכן צוועק - ונעשה לנו שם, ד.ה. אז זיי האבן מורא געהאט אז זיי ועלן זיך פאנאנדערשפרייטן איבער דער וועלט, דערפאר

האבן זיי געוואלט בויען א שטאט אין וועלכע זיי וועלן אלע לעבן צוזאמען, און בויען א הויכן טורעם וואס דער צוועק פון א מגדל איז כמבואר במפרשים א) בכדי אז אויך פון ווייטן זאל מען קענען דערקענען און זעהן אז דא געפינט זיך א שטאט. ב) אויפן מגדל שטייען מענטטן וועלכע גיבן אכטונג אז אין שטאט זאל ניט אריינגיין קיין שונא, ניט קיין שונא גלוי און אויך ניט קיין באהאלטענער שונא.

איז אויבן אויף זעט זיך אין דעם קיין חטא ניט, נאר וואדען - בשעת מענטסן קלייבן זיך צונויף אויף בויען א שטאט און זייער איינציקער צוועק איז פאר אייביגן זייער נאמען -ונעשה לנו שם- זיי האבן ניט אין דער שטאט קיין העכערן אינהאלט מערניט ווי דאס אז זייער נאמען זאל ווערן פאראייביקט, איז אויסער דעם עצם חסרון פון דער זאך, אז מען טראכט גאר וועגען זיך און מען האט ניט קיין העכערן אינהאלט אין לעבן, אויסער דעם, בשעת אז דאס איז דער גאנצער צוועק, טראכט מען ניט אויך דורך וועלכע מיטלען צוקומען און דערגרייכן דעם צוועק.

ובפרט אז דאס איז געווען נאך א מבול, וואס פארן מבול האט זיי נח דערציילט צוליב וואס דער מבול קומט, אז דאס איז צוליב דער ניט גוטער אויפפירונג, איז נאך דעם וואס מען האט זיך געראטעוועט פון מבול איז די ערשטעע זאך האט געדארפט זיין פאריכטן דעם מצב דורך האבן א העכערן אינהאלט, איז וועגען דעם האבן זיי אינגאנצן ניט געטראכט, נאר די ערשטע זאך, ווען זיי האבן זיך געראטעוועט פון מבול האבן זיי געקלערט ווי צו פאראייביקן

זייער נאמען אין דער היסטרי.

איז דאס האט דער אויבערשטער זייער ניט געקענט ליידן, ווארום ווי געזאגט פריער אז אויסער די עצם זאך וואס מען טראכט ניט וועגען קיין העכערע זאך טייג דאס ניט, אויסער דעם, בשעת אז דאס איז דער גאנצער צוועק אין לעבן, רעכענט מען זיך ניט מיט די מיטלען דורך וואס דערגרייכן דעם צוועק, און מען קען אן נעמען אויך אזוינע מיטלען וועלכע זיינען היפך הצדק והיושר אבי צו דערגרייכן דעס ציל.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
4 Cheshvan 5720 (5 November 1959)
Id
rh-kpnnkt1n

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive13hquCLRyl4f6YEYCHfga0-…