עברית
Library

מקץ, זאת חנוכה

מקץ, זאת חנוכה, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. לכל הנ"ל איז ניט קיין סתירה פון דעם וואס שטייט אז נ"ח איז לפרסומי ניסא? ווארום, ס'איז ניט דער פשט אז דער גאנצער תכלית פון נ"ח איז נאר צוליב פרסומי ניסא, איז דאס ניט אזוי. נ"ח האט אין זיך אויך א ענין מצד עצמו, נאר ס'איז דא אין אים אויך די הוספה פון פרסומי ניסא. א ראי' אויף דעם איז, ווארום אויך דארטן וואו ס'איז ניט שייך קיין פרסומי ניסא, איז אויך דא די מצוה פון נ"ח דבנרות שבת, וואס זייער גאנצער תכלית איז נאר בשביל שלום בית, און קיין ענין מצד עצמם האבן זיי ניט, במילא איז דארטן וואו דער תכלית פון שלום בית איז ניטא, גייט ניט אן די מצוה, וואס דערפאר איז פאראן דיעות אז אין א הויז וואס עס ברענט נרות שבת און מען צינדט אן נאך נרות, איז יש מפקפקין מען זאל קיין ברכה ניט מאכן, וויבאלד זיי טועהן גארניט אויף. אפילו די דיעה (כמבואר כ"ז בשו"ע אדה"ז) וועלכע האלט מען זאל יע מאכן א ברכה, איז זייער טעם ניט צוליב דעם וויילע נרות שבת האט אין זיך א ענין מצד עצמו, נאר זייער טעם איז אז כאטש עס ברענען שוין נרות, פונדעסטוועגען גיבן זיי עפעס צו, זיי זיינען מוסיף אור ושלום בית.

משא"כ בא נרות חנוכה איז ניטא קיין פקפוק אז בשעת עס ברענט נרות חנוכה אין א שטוב און מען צינדט אן נאך נרות, איז ניטא קיינער וואס זאל מפקפק זיין מען זאל קיין ברכה ניט מאכן, און ניט נאר וואס קיינער איז ניט מפקפק, איז דאס גאר א בפירוש'ע גמרא, כלי של שתי פיות זה מדלקי מצד זה וזה מדליק מצד זה. אע"פ ס'איז דאך אין איין מקום. זעהט מען דאך קלאר אז אויך דארטן וואו עס ווערט ניט דער פרסומי ניסא על ידם, איז ער אויך מקיים די מצוה, ווארום זיי האבן א תכלית מצד. עצמם.

אזוי שטייט אויך אז בשעת הסכנה איז מניח על השלחן ודיו. איז כאטש קיין פרסומי ניסא איז דא ניטא, ווארום אויבמען זאל וויסן צוליב וואס ער צינדט דאס וועט דאך. זיין א סכנה, איז דאך דא ניטא קיין פרסומי ניסא, ואעפ"כ איז ער די מצוה מקיים און מאכט א ברכה, וויילע נ"ח איז ניט בשביל פרסומיניסא נאר ס'איז א ענין מצד עצמו.

ד.ה. אז מצד דעם נס שהי' בפך השמן האבן די חכמים מתקן געווען מען זאל צינדן נרות חנוכה ניט צוליב אנדערע תכליתים נאר די מצוה באשטייט אין דעם אליין, נאר דערביי האבן די חכמים געזאגט נאך א זאך, אז דארטן וואו עס לאזט זיך לפרסומי ניסא, זאל מען דאס אויך טאן דערביי, אבער אויך דעם איז די מצוה א מצוה.

וע"ד בתלמוד תורה: איז דאך מצות ת"ת א ענין מצד עצמו. און ס'איז פאראן אויך דער ענין אין תורה אויף לידע את המעשה, וואס אין דעם זיינען מחוייב אויך נשים, אע"פ זיי זיינען פטור מת"ת. זעהט מען דאך אז ס'איז דא א ענין וואס ער האט אין זיך א תכלית נוספת, אבער ניט דאס איז ענין המצוה, וכמו"כ נ"ח האט אין זיך אויך דעם דין פון פרסומי ניסא, אבער ניט דאס איז ענינה - ענינה איז א ענין מצד עצמו, אין אים אליין שטייט דער תכלית.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
2 Teves 5720 (2 January 1960)
Id
rh-gw1g691z

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1Cho2nptG6GLZvexh-ncqup…