ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל
ד' מ"ח, שיחה לעסקני ישיבת תות"ל, שיחה ד
ד. מסתמא איז איבעריק צו אויסטייטשן די הוראה פון דעם בנוגע לפועל, איך רעכען אז אלע וואס געפינען זיך דא פארשטייען דאס קלאר, מען דארף זען בויען די ישיבות אין וועלכע מען ערציהט קינדער צו לערנען תורה און צו פארשפרייטן תורה אין גאנץ וועלט, וואס די ישיבות זיי
זיינען דער מגדל פון שטאט, דארף מען זיי זען פארגרעסערן און פארברייטערן אז די ישיבות זאלן קענען עפענען נאך מחלקות און אריין נעמען נאך תלמידים, וואס ווי געזאבט פריער, אז דער בויען דעם מגדל דקדושה איז אויסער דעם שכר העיקרי וואס מען פירט דערמיט דורך דעם רצון העליון, האט מען אויך דעם שכר הטפל שבזה, אז דאס העלפט ארויס בהצלחה אויך אין די ענינים הפרטיים, און אויך אז מען ווערט פאראייביקט אין דער היסטרי פון אידישקייט, וואס זי איז א אייביקע היסטרי.
און דער אויבערשטער זאל געבן, מען זאל מצליח זיין אין בנין הישיבות כמה פעמים ככה, און אז צום צווייטן מאל ווען מען וועט זיך צונויף קלייבן זאל מען טראכטען ניט וועגען דעקען דעם דעפיציט נאר וועגען פארגרעסערן דעם מגדל אלץ מערער און מערער, און דער אויבערשטער זאל געבן עס זאל זיין הצלחה אין דעם ענין און אזוי אויך אין די ענינים הפרטים,
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 4 Cheshvan 5720 (5 November 1959)
- Id
- rh-gddpy7v8
Copies
Recent activity
Sources
- drive