פורים
פורים, שיחה ה
ז. און אט דאס איז אוכעט וואס דער רבי האט דערציילט אין א פורים, אז
ס'איז געווען אין דער יאר וואס דער אלטער רבי איז געבארן געווארן,
ח"י אלול פון דעם יאר, איז די פורים וואס פאר דעס, האט דער בעש"ט פארבראכט מיט זיינע חברייא - מיט זיינע תלמידים, און דעמאלט איז געווען א שנת העיבור, און האט געזאגט אז דער וועלט איז איצטער אין עיבור, און האט אויך דעמאלסט גערעדט דעם ענין וואס ביהורייס"אין דער מגילה שטייט זעקס מאל מיט צוויי יו"ד'ן.
און האט מבאר געווען - דער בעש"ט אין זיין תורה יענער פורים תק"ה - אז דאס איז דער יו"ד כוחות פון דער יצר טוב, און דער יו"ד כוחות פון דער יצר הרע.
און האט געזאגט אז אין דער מגילה ווערן אידן אנגערופען בשם יהודים אפילו די וואס זיינען געווען ניט פון שבט יהודה,
אין תורה בכלל ווערען אידן אנגערופן בשם ישראל -בני ישראל, וואס יהודים, איז דער גמרא מפורש פארוואס ווערען זיי אנגערופן בשם יהודים, דערפאר וואס כל הכופר בעבורה זרה כאילו מודה בכל התורה כולה, פון לשון הודאה בכל התורה כולה, און ישראל: שטייט דאך אין קבלה אז דאס איז ר"ת יש ששים ריבוי אותיות לתורה, אז ס'איז דאך דא ששים ריבוי נשמות כלליות וואס יעדער נשמה איז דאך א ענף פון איינער פון די נשמות שרשים צו כלליות, איז האט יעדער נשמה א אות בתורה.
און דער בעש"ט האט מבאר געווען, אז ווי דעמאלט איז דאך כופר בע"ז איז דאך געווען דעמאלט א ענין פון מסירת נפש וואס דערפאר איז דאך דוקא מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה, משא"כ כל עבדי המלך איז משתחוים כי כן צוה אלו המלך, איז דער ענין פון מס"נ, פון וואנענט באלומט מען דער כח אויף דעם, און ווער ווייזט אן דער וועג אויף דעס, איז דאס דער אות אין תורה וואס יעדער אידישע נשמה פארמאגט.
ווי יעדער ענין, און בפרט בתורה, ובפרט אין א תורה פון א נשיא, קאן מען דאך דערפון אפלערנען כמה וכמה פרטים, איזו מ'זעט אין אותיות שבתורה, ס"ת האט דאך אקדושה נעלית ביותר, איז אויב ס'פעלט אן אות בתורה, לאו בוקא אן אות פון אנכי הוי' אלוקיך, אט פון וואס פאר א אות פון תורה עס זאל ניט זיין, שטייט אין זהר אז דעמאלסט איז דאס א ס"ת פסולה.
דאס הייסט אז די ששים ריבוא מישראל, איז זיי אלע צוזאמען שטעלען צוזאמען דער קדושה פון דער ס"ת הכללי, וואס זי שטעלט זיך צוזאמען פון די ששים ריבוי אותיות.
און בשעת אט די נשמה פארבינדט זיך מיט שרשה בתורה, איז אט דעמאלט האט זי בגלוי דער כח מס"נ וואס פריער איז דאס געווען בהעלם, און דער מס"נ ברעכט דורך, ע"ד ווי ס'איז געווען דעמאלט ביי גזירת המן, אז ניט נאר ונהפך הוא, נאר ס'אפילו דער רבים מעמי הארץ מתיהדים.
תורה איז, קאן מען דאך לערנען, אז דאס איז ווי ער זאגט דער לשון אין פסוק היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. דאס קאן אבער זאגן אויף א פסוק שבתורה אויף א ענין שלס שבתורה.
אויף אן אות שבתורה איז אין איר לכאורה ניטא}קיין ענין פוןא שכל והבנה והשגה.
און אט דאס איז דער הוראה פון דער בעש"ט, אז דאס וואס א איד נעמט אין תורה, דורך דערויף וואס ער האט אן אות אין תורה, איז נעמט ער אט דאס וואס אן אות פארמאגט וואס אן אות קאן אין זיך כולל זיין כל התורה
כולה, דאס איז אבער ניט א ענין פון שכל, ווארום אין איין אות איז ניט שייכות אריינשטעלען קיין שכל בגלוי, ס'קאן זיין ברמז, וברמז דרמז און נאך טיפער.
און אט דאס איז דער פארבונד פון א אידן מיט תורה, אויף נעמען פון דארטען מס"נ, ניט דער ענין פון שכל והבנה והשגה, השעה אבער ער נעמט תורה ווי מען דארף נעמען תורה, אז דאס איז רצונו של הקב"ה וואס ער איז למעלה מהבנה והשגה בתכלית, איז אט דעמאלט האט ער אויכעט כל הענינים וואס ביי אים דארף זיין, דער יו"ד פון דער עשר כחות הנפש וואס אין דערויף איז אויכעט דא די כחות פון חכמה בינה דעת - דער חכמה שבמוחין, דערנאך קומט דאס אראפ ווי עס דארף צו זיין אין מדות שבלב ווי דאס קומט אראפ אין מחשבה דיבור ומעשה, ביז אין עקב שברגלים,
וכידוע דער ווארט וואס דער רבי ברענגט אין איינער פון זיינע. בריוו, אז "עקב אשר שמע אברהם בקולי", האט דאך געקאנט שטייען "בעבור" אדער אין אן אנדער לשון, האט דער רבי געטייטשט אז דאס איז א רמז אז וואס איז געווען דער אויפטו פון אברהם'ן וואס ער איז דאך געווען דער ערשטער פון די שלשה אבות, פון אחד הי' אברהם ויכבש זרעו את הארץ, אז דאס האט געגעבען כח אז אידן זאלן אייננעמען די וועלט, איז אין וואס האט זיך אויסגעצייכענט אברהם, אז אין דער עקב האט זיך אויכעט דערהערט דער גאנצער תוקף מיט דער לעבעדיקייט מיט דער ווארעמקייט מיט די ליכטיקייט, פון אברהם'ן.
און בשעת ס'איז דא אין דער "עקב" דער "שמע אברהם", וואס דער וועג אויף דערויף איז דורך "וישמר משמרתי מצותי חוקותי ותורותי" איז אט דעמאלט איז לו נחנה הארץ, און דאס ברענגטאראפ משיח'ן למטה מעשרה טפחים בעגלא דידן און אין אן אופן פון אורה ושמחה וששון ויקר. לחיים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 14 Adar 5720 (13 March 1960)
- Events
- Purim
- Id
- rh-fkb4hvqz
Copies
Recent activity
Sources
- drive